ניקיטאַ כרושטשאָווס „געהיימע רעדע‟

Nikita Khruschev's "Secret Speech"

ניקיטאַ כרושטשאָוו
ניקיטאַ כרושטשאָוו

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 17, 2016, issue of March 04, 2016.

אין פֿעברואַר 1956 איז אין מאָסקווע דורכגעגאַגען דער 20סטער צוזאַמענפֿאָר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. די דאָזיקע אַסיפֿה האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור ניט בלויז אין דער סאָוועטישער געשיכטע, נאָר אויך אין דער געשיכטע פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט בכלל. דעם 24סטן פֿעברואַר, בעת אַ „פֿאַרמאַכטער‟ זיצונג, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו צום ערשטן מאָל אָפֿיציעל גערעדט וועגן די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס תּקופֿה.

אמת, דעמאָלט האָט מען די שולד אַרויפֿגעלייגט, דער עיקר, אויף לאַוורענטי בעריאַ, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט די רעפּרעסיווע דינסטן אין דער סאָוועטישער מלוכה. סטאַלינען האָט מען תּחילת באַשולדיקט, קודם־כּל, אין דערלויבן צו שאַפֿן אַ קולט פֿון זײַן פּערזענלעכקייט. ווי דער הויפּט־שולדיקער וועט מען וועגן סטאַלינען אָנהייבן רעדן נאָר אין פֿינף יאָר אַרום, בעת דעם 21סטן צוזאַמענפֿאָר. דעמאָלט וועט זײַן קערפּער שוין מער ניט ליגן לעבן לענינען, אין דעם מאַווזאָליי. מע וועט עס ברענגען צו קבֿורה לעבן דעם מאַווזאָליי, אויף דעם זעלבן „רויטן פּלאַץ‟.

די „געהיימע רעדע‟ פֿון כרושטשאָוון איז אין קורצן ברייט באַקאַנט געוואָרן. מע האָט זי אַפֿילו געדרוקט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. זי האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער גאַנצער קאָמוניסטישער באַוועגונג. אַ היפּש ביסל לײַט אין פֿאַרשיידענע לענדער האָבן זיך אויפֿגעוועקט און פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט אַ כּוח, וועלכער האָט הינטער שיינע ווערטער געבראַכט צרות און טויט פֿאַר מיליאָנען מענטשן. עס זײַנען אויך געווען אַזעלכע, וואָס האָבן ניט פֿאַרלאָזט די קאָמוניסטישע רייען, אָבער זיך אַ נדר געטאָן מער ניט אויפֿצונעמען ווי אַן אמת־ויציבֿ יעדע דירעקטיוו פֿון מאָסקווע. פּאַלמיראָ טאַליאַטי, דער פֿירער פֿון דער איטאַליענישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, איז דעמאָלט אַרויס מיט זײַן טעאָריע פֿון אַ נײַעם, „פּאָלי־צענטרישן‟, מאָדעל פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. גלײַכצײַטיק זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען אויך אַזעלכע קאָמוניסטן, וואָס האָבן ניט אויפֿגעהערט צו זײַן געטרײַ דעם סטאַליניסטישן נוסח פֿון קאָמוניזם.

אַ באַזונדערע טעמע איז די איבערקערעניש אַליין, וואָס דער 20סטער צוזאַמענפֿאָר האָט געמאַכט אין די קאָמוניסטישע לענדער פֿון אייראָפּע. מיר וועט אויסקומען צו שרײַבן, למשל, וועגן די דראַמאַטישע געשעענישן אין פּוילן, וווּ מע האָט, ניט געקוקט אויפֿן ווידערשטאַנד מצד מאָסקווע, דורכגעלייגט אַ באַזונדערן וועג — אויך אַ מין קאָמוניסטישע געזעלשאַפֿט, נאָר ניט אין גאַנצן פֿון דעם סאָוועטישן שניט. די געשעענישן אין פּוילן האָבן געביטן דעם גורל פֿון צענדליקער טויזנטער ייִדן — אי פּוילישע, אי סאָוועטישע. אָבער דאָס איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך, איך וועל וועגן דעם נאָך שרײַבן אין אַנדערע נאָטיצן מײַנע.

דער 20סטער צוזאַמענפֿאָר האָט געפֿונען אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אין דער ייִדישער סבֿיבֿה פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צו יענער צײַט האָט די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פּאַרטיי קיין גרויסן כּוח מיט זיך ניט פֿאָרגעשטעלט. אין תּוך אַרײַן, איז די פּאַרטיי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין סעקטע. קיין גרינגע דאָליע איז עס, בלי־ספֿק, ניט געווען — צו זײַן אַ קאָמוניסט אין אַמעריקע. אַזוי אַז נאָר באמת איבערגעגעבענע לײַט זײַנען געווען גרייט צו טראָגן אויף זיך אַזאַ אַפֿיליאַציע בפֿרהסיא. שיִער ניט יעדער צווייטער קאָמוניסט איז אין יענע יאָרן געווען אַ ייִד. די ייִדישע קאָמוניסטישע צײַטונג, „מאָרגן־פֿרײַהייט‟, האָט געהאַט אַ טיראַזש פֿון בערך דער זעלבער גרייס, וואָס די ענגלישע צײַטונג, Daily Worker.

ס’איז וויכטיק, אַז כרושטשאָווס רעדע האָט געעפֿנט די טיר פֿאַר פּובליקאַציעס אויך וועגן דעם טראַגישן גורל פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע טוער. אויף דער אויבערפֿלאַך איז אַרויס אַלץ מער אינפֿאָרמאַציע וועגן די אומבאַרעכטיקטע רדיפֿות, וואָס האָבן חרובֿ געמאַכט די ייִדישע קולטור — ליטעראַטור, טעאַטער, בילדונג און וויסנשאַפֿט — אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מיט אַ באַזונדערן ווייטיק האָט מען זיך דערוווּסט, אַז אין די סאָוועטישע תּפֿיסות און לאַגערן זײַנען אומגעקומען אַזעלכע באַקאַנטע מײַסטערס פֿון ייִדישן וואָרט ווי דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין און דער ניסתּר.

דער „מאָרגן־פֿרײַהייט‟ האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ באַזונדערע סעקטע אין דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער סעקטע. ביסלעכווײַז האָט די „מאָרגן־פֿרײַהייט‟ און איר סבֿיבֿה זיך אַלץ מער דערווײַטערט און אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער פּאַרטיי גופֿא, וואָס האָט ניט אויפֿגעהערט אונטערצוכאַפּן יעדעס וואָרט פֿון די סאָוועטישע פֿירער. די ייִדישע „סעקטע‟ האָט מער געהאַלטן פֿון דעם „פּאָלי־צענטרישן‟ מאָדעל און געמאַכט שבת פֿאַר זיך אין די פּאָליטיש לינקע קרײַזן. וואָס ווײַטער, אַלץ עלטער זײַנען זיי, די ייִדן, געוואָרן. קיין יונגע מענטשן האָבן זיך צו זיי ניט צוגעקומען.

אָט אַזוי, יאָר־אײַן יאָר־אויס, איז שטילער געוואָרן דער עכאָ פֿון דעם 20סטן צוזאַמענפֿאָר. דער עולם, וואָס האָט איבערגעלעבט די אידעאָלאָגישע ערדציטערניש פֿון יאָר 1956, איז פּשוט בשלום אַוועק, און דעם ייִנגערן דור גייט עס ווייניק אָן.