אַמעריטשקע גנבֿ - פֿרים־קרים

Ameritcke Ganev - Who is Pious?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 25, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אַ שאָד, וואָס די אומות העולם הייבן נישט אָן צו וויסן וואָס פֿאַר אַ פֿאָלק מיר ייִדן זײַנען, אַז מיר באַשטייען פֿון פֿרומע און פֿרײַע, רײַכע און אָרעמע, מנדבֿים און בויער, דער עיקר, בײַגעשטײַערט צו דער אינדוסטריע פֿון אַמעריקאַנער שפּיטעלער, אוניווערסיטעטן, מוזייען ווי דער „גוגענהײַם מוזיי‟, ביבליאָטעקן, מנדבֿים צום „לינקאָלן צענטער‟ און דער „מעטראָפּאָליטן־אָפּערע הויז‟, „קאַרנעגי האָל‟, אויפֿבויער פֿון דער קינאָ־אינדוסטריע, אַנטוויקלט די טעאַטער־וועלט פֿון בראָדוויי, טעלעוויזיע, גאַלעריעס פֿאַר קונסט, מיר זײַנען טאַקע אַ מינדערהייט אין דעם אַמעריקע, אָבער לויט אונדזער רחבֿותדיקער בײַשטײַערונג וואָלט מען געמיינט אַז מיר זײַנען די מערהייט. מיר ייִדן זײַנען אויך צווישן די „נאָבעל‟־פּרײַז געווינער פֿאַר מעדיצין און ליטעראַטור, פּאָעטן און מוזיקער, קינסטלער און שוישפּילער. און אפֿשר איז דאָס איז די סיבה פֿון שׂינאת־ישׂראל.

און איצט, די גרעסטע איבערראַשונג פֿאַר מיר ווען מ‟האָט אויסגעפֿרעגט סײַ פֿרומע און סײַ פֿרײַע ייִדן אין מדינת־ישׂראל: „וואָס וועט געשען אויב בערני סענדערס וועט אויסגעוויילט ווערן ווי דער פּרעזידענט פֿון אַמעריקע?‟

האָבן די ייִדן אין מדינת־ישראל געקרעכצט און געאָכצט, באַדויערט און זיך דערשראָקן צום טויט, חס וחלילה, האָבן זיי געטענהט, אַנשטאָט אַ ישועה וועט די שנאה צו ייִדן געכּפֿלט ווערן דרײַפֿאַכיק, דער פֿלאַם פֿון אַנטיסעמיטיזם וועט אונדז דערשטיקן און מיר וועלן חס ושלום ווידעראַמאָל באַצאָלן דערמיט, נישט נאָר מיטן לעבן, נאָר אויך מיט אונדזער עקזיסטענץ ווי אַ פֿאָלק. ווי עס זאָל נישט זײַן:

לעבן זאָל קאָלומבוס!
טרינקט ברידערלעך לחיים!
לעבן זאָל קאָלומבוס!
פֿאַר דעם לאַנד דעם „פֿרײַען‟
זײַט צופֿרידן!
גלייבט נישט אין די טראָמבעס, שרײַט זשע ייִדן: „לעבן זאָל קאָלומבוס!‟