לוקסוס אין זומער־לאַגער

Living Luxuriously at Summer Camp

דער נײַער טראַפּעז־צענטער אין „קעמפּ מודין‟, אין מיין
Courtesy of Camp Modin
דער נײַער טראַפּעז־צענטער אין „קעמפּ מודין‟, אין מיין

פֿון ייִט״אַ

Published March 08, 2016, issue of April 01, 2016.

אַ סך פֿון די הײַנטיקע ייִדישע זומער־לאַגערן זעען אויס גאָר אַנדערש ווי די פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן.

אינעם אָנגעזעענעם „קעמפּ מודין‟, למשל, אַ 95־יאָריקער לאַגער אין בעלגרייד, מיין, האָט מען הײַיאָר געבויט אַ טראַפּעז־צענטער פֿאַר די קעמפּערס און אַ ריזיקע ספּאָרט־אַרענע — אַ טייל פֿון אַ גרויסן אַלגעמיינעם רעמאָנט, וואָס האָט אָפּגעקאָסט $350,000.

אין אַנדערע לאַגערן, קען מען איצט גיין קריכן אויף שטיינערנע בערג, הייבן געוויכטן און זיך לערנען ווי צו טאַנצן אויפֿן אײַז. מע קען זיך אויך לערנען קולינאַרע קונסט, ווי צו בויען ראָבאָטן אָדער פֿאָרשן די געוויקסן און באַשעפֿענישן אונטערן אָקעאַן.

ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ — אַ סך בײַדלעך האָבן הײַנט מאָדערנע לופֿטקילונג.

„יעדער ייִדישער זומער־לאַגער פֿון אַ העכערער קוואַליטעט מוז כּסדר באַנײַען זײַן פֿיזישע אויסשטאַטונג און זײַן פּראָגראַם; אויב נישט, פֿאַרלירט מען די קעמפּערס,‟ האָט דזשאָרדאָן דייל, דער דירעקטאָר פֿונעם 104־יאָריקן לאַגער „סורפּרײַז־לייק קעמפּ‟ אין קאָלד־ספּרינג, נ״י, געזאָגט.

„סורפּרײַז לייק‟ האָט לעצטנס טאַקע אויסגעגעבן אַ מיליאָן דאָלער אויף אַ נײַעם גימנאַסטיק־זאַל, און נאָך אַ מיליאָן פֿאַר אַ מיליאָן־דאָלאַרדיקן שווימבאַסיין.

די שטענדיקע פֿאַרשענערונג איז נייטיק, האָט געזאָגט רובען אַרקילעוויטש, דער דירעקטאָר פֿון „קעמפּ ניומאַן‟ אין סאַנטאַ־ראָזע, קאַליפֿאָרניע, וואָס האָט לעצטנס געבויט נײַע בײַדלעך, אַ קאָנפֿערענץ־קאָמפּלעקס און אַ געזונט־צענטער. „מיר מוזן עס טאָן, נישט בלויז כּדי צופֿרידנצושטעלן די עלטערן, וואָס זאָגן אונדז: ׳איר מוזט פֿאַרבעסערן אײַער אויסשטאַטונג; אַנדערש וועלן מיר נישט שיקן אונדזערע קינדער אַהין׳, אָבער אויך, ווײַל מיר ווילן באַזאָרגן וואָס מער קינדער מיט אַ שטאַרק פּאָזיטיווער ייִדישער איבערלעבונג.‟

די נײַע לוקסוסן קומען, אַוודאי, מיט אַ פּרײַז פֿאַר די עלטערן. קעמפּ מודין קאָסט שוין $11,900 פֿאַרן גאַנצן זומער (7 וואָכן), און „סורפּרײַז־לייק‟ רעכנט $7,900, כאָטש מע טיילט אויס סובסידיעס פֿאַר משפּחות, וואָס קענען נישט אויספֿירן.

האַואַרד סאַלצבורג, דער אייגנטימער און דירעקטאָר פֿון „קעמפּ מודין‟, זאָגט, אַז אים געפֿעלט נישט דאָס וואָרט „אײַנריכטונגען‟. „ס׳איז נישט קיין ענין פֿון אײַנריכטונגען, נאָר פֿון געבן די קינדער נײַע געלעגנהייטן,‟ האָט ער געזאָגט. „די קינדער און עלטערן ווילן פּשוט זײַן זיכער, אַז מיר אינוועסטירן כּסדר אינעם לאַגער.‟