ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 08, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

ס׳איז מסתּמא כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די וואָס מע האָט דעמאָלט באַשולדיקט אינעם זײַן אַ ציוניסט, האָבן אָפֿטמאָל נישט געוווּסט וואָס איז אַזוינס ציוניזם. זיי זענען געווען כּמעט אָן אַן אויסנאַם געטרײַע פּוילישע פּאַטריאָטן. עס זענען אַפֿילו געווען אַזעלכע צווישן די גערודפֿטע, וואָס זייערע טאַטע־מאַמע האָבן זיי קיין מאָל נישט דערציילט, אַז זיי זענען ייִדן. דאָס האָט זיי דערציילט די געהיימע פּאָליציי איידער מען האָט זיי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון שול און דער אַרבעט.

אַגבֿ, אָפֿט מאָל פֿרעגט מען, וויפֿל ייִדן זענען געבליבן אין פּוילן. נעמט, למשל, די משפּחה גאָמולקאַ. גאָמולקאַ האָט חתונה געהאַט אין יאָר 1950 מיט ליוואַ שאָקען, אַ ייִדישע קאָמוניסטקע. הייסט עס, אַז זייער זון רישאַרד איז לכל־הדעות אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד.

אין פּוילן שרײַבט מען וועגן די תּל־אָבֿיבֿער כומוס־רעסטאָראַנען

די גרויסע פּוילישע צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, ווידמעט גאַנצע צוויי זײַטן די תּל־אָבֿיבֿער כומוס־רעסטאָראַנען — נאָך אַ באַווײַז, אַז ישׂראל בכלל און תּל־אָבֿיבֿ בפֿרט זײַנען געוואַלדיק פּאָפּולער בײַם פּוילישן עולם.

די צײַטונג גיט אַ פּרטימדיקן באַריכט וויפֿל זענען פֿאַראַן כומוס־רעסטאָראַנען אין תּל־אָבֿיבֿ; וואָס זענען די בעסטע צווישן זיי, און וואָס פֿאַראַ מינים כומוס זיי דערלאַנגען.

אָבער אָן א ביסל פּוילישער נאָסטאַלגיע גייט עס נישט. די צײַטונג גיט צו, אַז דער כומוס און אַנדערע לאַקאַלע מאכלים זענען הײַנט דאָס אייברעשטע פֿון שטייסל אין דער ישׂראלדיקער קיך. דער זשורנאַליסט, פּאַוועל סמאָלענסקי, דערמאָנט אָבער, אַז אַ מאָל האָט תּל־אָבֿיבֿ גערעדט פּויליש און ייִדיש, און ער פֿאַרבעט אַלעמען אין אַ רעסטאָראַן אויף דער דיזענגאָף־גאָס, וואָס איז געבליבן פֿון יענער תּקופֿה. עס גייט אַ רייד וועגן „קיטון‟ — אַ באַליבט אָרט צווישן די אַמאָליקע תּל־אָבֿיבֿער קינסטלערס. דעם נאָמען „קיטון‟, דהײַנו, „קיטשינעט‟ [אַ קליינע קיך], האָט געגעבן דעם אָרט דער באַרימטער קאָמוניסטישער באָקסער און פּאָעט, דער בילד-שיינער אַלכּסנדר פּען.