דער „סטרענד‟ פֿון אַ מאָל

The Strand of Old

Getty Images

פֿון לייזער בורקאָ

Published March 10, 2016, issue of April 01, 2016.

ווער עס האָט ליב ביכער און האָט פֿאַרבראַכט מער ווי אַ פּאָר וואָכן אין ניו־יאָרק, איז זיכער באַקאַנט מיט צוויי וויכטיקע אינסטיטוציעס: די ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק אויף דער 42סטער גאַס, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מאַרמער־מאָנומענט לכּבֿוד ביכערישקייט; און דער „סטרענד‟ (The Strand), די ריזיקע ביכערקראָם ניט ווײַט פֿון יוניואָן־סקווער, וואָס רעקלאַמירט, אַז עס האָט צו פֿאַרקויפֿן „18 מײַל פֿון ביכער‟.

די, וואָס האָבן מער שׂכל, גייען פֿריִער אין ביבליאָטעק, ווײַל דאָרט זײַנען פֿאַקטיש פֿאַראַן אַ סך מער ביכער — און ס׳איז ניטאָ קיין סכּנה פֿון קויפֿן זיי. ווער עס גייט אַרײַן אינעם „סטרענד‟, שטעלט זיך פֿאַר אַ גרויסן נסיון: קוקן, אָבער ניט קויפֿן. און דער יצר־הרע איז דאָרט שטאַרק, ווײַל ס׳איז דאָ אַזוי פֿיל וואָס צו באַקוקן: נײַע ביכער און אַלטע ביכער, יקר־המציאותן, גראָבע בענד פֿון פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטן, גרויסע פֿאָליאַנטן. מען דאַרף באַזוכן די פֿאַרשיידענע סעקציעס: דער ריזיקער אָפּטייל מיט קונסטביכער, פֿון די „פֿרעמדע שפּראַכן‟ (אַ ביסל ייִדיש, אַ מאָל), די קלאַסיקער און די מאָדערנע ליטעראַטור, אַ סך יודאַיִקאַ (און וועגן דעם חורבן), אַפֿילו אַ נישקשהדיקע סעקציע פֿאַר קינדער. מע קען דאָרט נישטערן שעהען לאַנג, כּל־זמן מע האַלט זיך אויף די פֿיס (קיין אָרט צו זיצן איז ניטאָ).

די ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק געהערט צו אַלעמען, קען מען זאָגן, אָבער דער „סטרענד‟ געהערט באמת בלויז צו איין מענטש: פֿרעד בעס (Bass), וואָס האָט דאָס געשעפֿט געירשנט פֿונעם טאַטן, בענדזשאַמין בעס. דער עלטערער בעס האָט געעפֿנט דעם „סטרענד‟ אין 1927 ניט צו ווײַט פֿונעם איצטיקן אָרט, אויפֿן פֿערטן עוועניו, וווּ עס האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען זייער אַ סך ביכער־קראָמען — „ביכער־ריי‟ האָט עס געהייסן. אין די 1950ער יאָרן איז מען אַריבער צום איצטיקן אָרט, וואָס מע האָט שוין פֿאַררעכנט פֿאַר דער גרעסטער קראָם פֿאַר געניצטע ביכער אין דער שטאָט.

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם „סטרענד‟ מיט אפֿשר צוואַנציק יאָר צוריק, איז עס געווען גרויס, אָבער נאָך ניט דער הײַנטיקער קאָלאָס. די אַלטע פּאָליצעס זײַנען געווען אָנגעפֿילט מיט ביכער פֿון דער ערד ביז צו דער סטעליע, ממש געפּאַקט. מע האָט געדאַרפֿט אַרויפֿקלעטערן אויף לייטערס אָדער ליגן אויף דער ערד כּמעט, כּדי צו לייענען אַ סך טיטלען. ס׳איז ניט געווען קיין לופֿטקילונג, איז מען זומער־צײַט דערשטיקט געוואָרן פֿון דער ניו־יאָרקער היץ. (דעמאָלט איז דווקא געווען אַ גוטע צײַט זיך אַרומצוקוקן דאָרט, ווײַל ווייניקער מענטשן האָבן זיך געשטופּט אין די ענגע דורכגאַנגען.) ס׳איז ניט געווען ספּעציעל ריין אָדער גוט אָרגאַניזירט, מע האָט געדאַרפֿט אַ סך גראָבן און גראַבלען, כּדי עפּעס צו געפֿינען. ס׳איז געווען, ווי מע זאָגט, היימיש.

אָבער מיט דער צײַט, אַזוי ווי די שטאָט ניו־יאָרק האָט זיך אַרויפֿגעאַרבעט און צוגעצויגן הונדערטער טויזנטער נײַע אײַנוווינער, סײַ גבֿירים, סײַ די קינדער פֿון גבֿירים, איז דער „סטרענד‟ אויך נתעלה געוואָרן. אויפֿן אָרט פֿון די אַלטע ביכלעך מיט פֿאַרגעלטע בלעטלעך האָט מען אַוועקגעשטעלט נײַע „בעסט־סעלערס‟, וואָס פֿאַרקויפֿן זיך בעסער. דאָס געשעפֿט האָט זיך פֿאַרגרעסערט מיט צוויי נײַע שטאָק: איינער פֿאַר די גרויסע קונסטביכער און איינער פֿאַר די אַנטיקוואַרישע יקר־מציאותן. מע האָט אָנגעהויבן דאָרט אָרגראַניזירן באַגעגענישן מיט באַקאַנטע שרײַבער, פֿאָרלייענונגען, אַפֿילו אונטערנעמונגען פֿאַר קינדער. הײַנט טרעפֿט זיך אָפֿט, אַפֿילו אין ווינטער, אַז אין דרויסן פֿאַר דער טיר שטייט אַ לאַנגע ריי מענטשן, וואָס וואַרטן געדולדיק צו זען זייערע באַליבטסטע מחברים. דער „סטרענד‟ איז געוואָרן אַ וויכטיקער קולטורעלער „אַדרעס‟.

אָבער צוזאַמען מיטן נײַעם חשיבֿות און מיט די אַלע באַקוועמלעכקייטן מערקט זיך אויך אַ העכערונג אין די פּרײַזן. ס׳איז שוין ניט כּדאַי צו נישטערן דאָרט שעהען לאַנג, ווײַל קיין גרויסע מציאות וועט מען סײַ ווי ניט געפֿינען. יעדע זאַך וועט מען געפֿינען ביליקער בײַ „אַמאַזאָן‟ אָדער בײַ אַ צווייטער אינטערנעץ־ביכערקראָם. עס מערקט זיך אויך אַ וווּקס אין דער צאָל קונים, וואָס שטופּן זיך פֿון אַלע זײַטן און קריכן איינער איבערן צווייטן, כּדי צו געפֿינען פּונקט די ריכטיקע מתּנה פֿאַר שווער און שוויגער.

אַזוי ווי אין אַ סך ניו־יאָרקער זאַכן, איז מיר דער אַלטער היימישער „סטרענד‟, דער היימישער, נעענטער צום האַרצן ווי דער נײַער פֿינקלענדיקער. ס׳איז זעלטן וואָס איך גיי דאָרט אַרײַן, איך קוק בלויז אויף די סאַמע ביליקסטע ביכלעך, וואָס מע שטעלט אויס אין דרויסן. ס׳איז אַ שאָד, נאָר פֿון דער צווייטער זײַט — קויף איך שוין אַ ביסל ווייניקער ביכער.