ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published March 21, 2016, issue of April 15, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נײַ־זעלאַנד טאַדלט ייִדישע זידלונגען

נײַ־זעלאַנדס אױסערן־מיניסטער, מאָרי מעק קאָלי, האָט געטאַדלט די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿאַר פֿאָרזעצן מיט נײַע ייִדישע זידלונגען בעת ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרן „לאָװי־אינסטיטוט פֿאַר אינטערנאַציאָנעלער פּאָליטיק‟ אין סידנעי. דער אינסטיטוט איז געגרינדעט געװאָרן פֿונעם אױסטראַליש־ייִדישן געשעפֿטס־מאַן, פֿרענק לאָװי, אײנער פֿון דער שארית־הפּליטה, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין סלאָװאַקיע.

מעק קאָלי האָט פֿאַרגעזעצט, זאָגנדיק, אַז צוליב די נײַע זידלונגען האָט די סיטואַציע אױפֿן מערבֿ־ברעג זיך פֿאַרערגערט און די מעגלעכקײט פֿון אַ צװײ־שטאַטישער לײזונג האָט זיך פֿאַרקלענערט. ער זאָגט, אַז לױט נײַ־זעלאַנד דאַרף דער זיכערהײט־ראַט פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער צװינגען ישׂראל און די פּאַלעסטינער פֿאָרצוזעצן מיט שלום־שמועסן. זײַן רעגירונג פֿאַרשפּרײט אַ פּעטיציע, װאָס רופֿט די פֿאַראײניקטע פֿעלקער אָנצונעמען אַזאַ פּלאַן.

דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע, ד״ר דעני לאַם, האָט געעצהט נאָכן רעפֿעראַט, אַז נײַ־זעלאַנד זאָל פֿאָדערן בײַ די פּאַלעסטינער, אַז זײ זאָלן זיך אָפּזאָגן פֿון גװאַלד־אַקטן און אַז זײ זאָלן זוכן אַ יושרדיקן שלום־אָפּמאַך.

צװײ ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן געװינען סוף־סעזאָניקע פֿאַרמעסטן

צװײ קריקעט־מאַנשאַפֿטן פֿון דער „אײדזשעקס־מכּבי אױסטראַלישער פֿוסבאַל־ליגע‟, די צװײטע און דריטע ראַנגיקע מאַנשאַפֿטן, האָבן געװוּנען זײערע סוף־סעזאָניקע פֿאַרמעסטן אין מעלבורן צום ערשטן מאָל אין 32 יאָר. דעמאָלט האָבן די ערשט־ראַנגיקע און דריט־ראַנגיקע מאַנשאַפֿטן געװוּנען די סוף־סעזאָניקע פֿאַרמעסטן.

אױסטראַליש־ייִדישער זשורנאַליסט באַפֿרײַט פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט אין מאַלאַזיע

צװײ אױסטראַלישע זשורנאַליסטן, אײנער פֿון זײ — אַ ייִד, און דער צװײטער פֿון גריכישן אָפּשטאַם, זײַנען אַרעסטירט געװאָרן אין מאַלאַזיע נאָך דעם װי זײ האָבן געפֿרעגט דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון לאַנד אַ פֿראַגע װעגן קאָרופּציע פֿאַר אַן אױסטראַלישן טעלעװיזיע־דאָקומענטאַר, װאָס זײ האָבן פֿילמירט אין דער מאַלאַזישער שטאָט סאַראַװאַק. די פּאָליצײ האָט דאַן צוגענומען זײערע פּעסער און דערנאָך האָט מען די צװײ זשורנאַליסטן פֿאַרשפּאַרט אין זײער האָטעל־צימער. די אױסטראַלישע רעגירונג האָט אינטערװענירט און בײדע זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן נאָך 48 שעה געפֿאַנגענשאַפֿט.

די ערשטע מהר״תּ אין אױסטראַליע

ראַבײַ לײַלאַ קאַגעדאַן
ראַבײַ לײַלאַ קאַגעדאַן

די מעלבורנער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שיל „שירה חדשה“ האָט געמאָלדן, אַז זי האָט אָנגעשטעלט דעם ערשטן רבֿ פֿון װײַבערישן מין, אָדער מהר״תּ, אין אױסטראַליע, ראַבײַ לײַלאַ קאַגעדאַן. מהר״תּ קאַגעדאַן װעט אַרבעטן אין מעלבורן פֿינף װאָכן, אָנהײבנדיק אין חודש מײַ ה״י. זי װעט אָנטײלנעמען אינעם מעלבורנער „לימוד־אָז‟ סוף יוני, און װעט אָנפֿירן מיט שיעורים, דערציִערישע אונטערנעמונגען און אױך אַנדערע אונטערנעמונגען בײַ „שירה חדשה“ בעת איר בײַזײַן.

כּבֿוד פֿאַר יונגע ייִדן

פֿיר יונגע מעלבורנער ייִדן זײַנען נאָמינירט געװאָרן פֿאַר שטאַטישער אָנערקענונג אין פֿיר קאַטעגאָריעס פֿאַר זײערע אױפֿטוען אין דער שטאַט װיקטאָריע. יעדע קאַטעגאָריע װעט האָבן אײן געװינער, און אײנער פֿון די געװינערס װעט האָבן דעם כּבֿוד אַנערקענט צו װערן ווי דער ייִנגסטער װיקטאָרישער בירגער פֿונעם יאָר 2015—2106.

די נאָמינירטע זײַנען:
דין כּהן, װאָס האָט געגרינדעט דעם קעמפּ „סבבה‟ פֿאַר יונגע ייִדן מיט פֿיזישע און אינטעלעקטועלע מניעות;
מעדעלין בוכנער, װאָס האָט געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע „קלײנע בעלי־חלומות‟, צו העלפֿן די ברידער און שװעסטער פֿון קראַנקע קינדער, און אױך די יוגנטלעכע, װעלכע געבן אַכטונג אױף זײ;
שערי רובינסטין, װאָס איז אַ מיט־גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „אײן דאַך‟, װאָס העלפֿט די געשעפֿט־פֿרױען אין אַמעריקע און אין אױסטראַליע,
און אײמי מאַרקס, װאָס האָט געגרינדעט דאָס געשעפֿט „טאָם אָרגאַניש‟.

מעלבורנער ייִדישע משפּחות גיבן אָפּ כּבֿוד פֿאַרשטאָרבענע קרובֿים

אַ רײ מעלבורנער ייִדישע משפּחות האָבן אָפּגעגעבן כּבֿוד די פֿאַרשטאָרבענע קרובֿים, קרבנות פֿון נאַציזם און מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה. די אױסטראַלישע פֿרײַנד פֿון „יד־ושם‟ האָבן אָרגאַניזירט, אַז אָרט פֿאַר אַן ערך 300 יזכּור־שילדן זאָל זײַן רעזערװירט אין „יד־ושמס‟ יזכּור־הײל אין ירושלים, און די משפּחות האָבן שױן באַשטעלט אַזעלכע שילדן פֿאַר זײערע פֿאַרשטאָרבענע קרובֿים.