מײַן ליבע אין פּאַריז

My Parisian Sweetheart

Yehuda Blum

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 23, 2016, issue of April 15, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און די מאַרקיזע ד׳עספּאַרבע האָט אים געענטפֿערט:

— אַך, מײַן טײַערער, איצט איז דאָך זומער, און נאָר אין האַרבסט, װען עס װעלן פֿאַרװעלקט װערן און אַרונטערפֿאַלן די פֿײַגנבלעטער, נאָר דאַן װעל איך מיר קענען שאַפֿן אַ ריכטיקע מײנונג װעגן דער שײנקײט פֿון אײַערע מענער־סקולפּטורן.

… און דער אײבערשטער האָט אױף מיר רחמנות געהאַט, כ׳האָב צונױפֿגעקליבן געלט אױף אַ בילעט און אין אַ כמורנעם קאַלטן אָסיען־טאָג בין איך אָנגעקומען צו מײַן געליבטער אין פּאַריז. מיר זײַנען געװען גליקלעך, כאָטש װען די מאַמע פֿון מײַן געליבטער האָט מיך דערזען, האָט זי אַ װאָרטשע געטאָן אין דער זײַט: „אױך מיר אַן אוצר… אַ דאַרער דראָנזשיק מיט לאַנגע פּאַטלעס… און בכלל זעט ער מיר עפּעס אױס װי אַ קורײ (אַן אימפּאָטענט). אַזעלכע האָט איר אין יעדן אוניװערסיטעט — אַ טוץ פֿאַר צװײ פֿראַנקן!..‟

אַ רומענישע ייִדישע מאַמע בלײַבט דאָך אַ פּױערטע, אַפֿילו אין פּאַריז. „האַ, — האָט מיר געזאָגט מײַן געליבטע, — לייג נישט קײן אַכט, זי איז מיר פּשוט מקנא.‟ ס׳איז אונדז טאַקע געװען זײער גוט אין מײַן קלײנעם גאַסטצימער אונטערן דאַך. צװײ טעג זײַנען מיר נישט אױפֿגעשטאַנען פֿון בעט און נישט אַרױס פֿונעם צימער, און אױפֿן דריטן טאָג זאָגט מיר מײַן געליבטע: „קום, כ׳װעל דיר װײַזן פּאַריז‟, — און געפֿירט מיך צום „נאָטר־דאַם דע פּאַרי‟.

אין דרױסן איז געװען זײער קאַלט און די רײ אינעם טעמפּל איז געװען זײער לאַנג, און מיר האָבן פֿאַרברענגט אַ שײנע שעה פֿון הײסע קושן, ביז מע האָט אונדז אַרײַנגעלאָזט אינעװײניק, אינעם קלױסטער. מײַנע געדאַנקען האָבן זיך געדרײט צװישן װיקטאָר הוגאָ מיט זײַנע עסמעראַלדע און קװאַזימאָדאָ און מײַן הײסער ליבע צו… און פּלוצעם האָב איך דערהערט אַ מאָדנעם קנאַק און דערפֿילט, אַז בײַ מײַנע, כ׳בעט איבער אײַער כּבֿוד, גאַטקעס, האָט געפּלאַצט די גומע. מיט בײדע הענט האָב איך זיך געכאַפּט בײַ די הױזן, אַז כ’זאָל כאָטש קענען מאַכן אַ שפּאַן. „מײַן ליבע, — האָב איך אַ שעפּטשע געטאָן צו מײַן געליבטער, — לאָמיר לאָזן די אַלע קװאַזימאָדעס אױף מאָרגן און װאָס גיכער לױפֿן אַהײם און גלײַך אין בעט אַרײַן, װײַל פֿון דער גרױסער ליבע צו דיר, בײַ מיר…‟

און אַזױ זײַנען מיר געלאָפֿן איבער די נאַסע פּאַריזער גאַסן און מיט פֿיר הענט געהאַלטן מײַנע הױזן, אַז זײ זאָלן, חלילה, ניט אַראָפּפֿאַלן. „מאַמע, — האָט גלײַך פֿון דער שװעל אַ געשרײ געטאָן מײַן געליבטע, —מאַמע, ביז מאָרגן זאָלסטו אונדז נישט שטערן, מיר פֿליִען אַװעק…‟ — „אָ, גאָט מײַנער, — האָט אױסגעשריִען די ייִדישע פּױערטע, — װוּהין פֿירט דיך אַװעק דער פּאַטלאַטע אַנאַרכיסט?‟

מיר זײַנען געפֿלױגן איבער די טרעפּ אױפֿן צװײטן שטאָק און מײַן געליבטע האָט נאָך באַװיזן אַ װאָרף טאָן: „אין אונדזער פּאַ…‟ — דעם צװײטע העלפֿט — „ריז‟ האָב איך אַראָפּגעגנבֿעט פֿון אירע ליפּן…