באַשעוויס און די הײַנטיקע פּליטים אין בערלין

Bashevis and Today's Refugees in Berlin

Ute Langkafel

פֿון יאַנינאַ װוּרבס

Published April 03, 2016, issue of April 29, 2016.

במשך פֿון די לעצטע צװײ-דרײַ יאָר, אונטער די דירעקטאָרן שערמין לאַנגהאָף און יענס היליע, פֿאַרנעמט זיך דער „מאַקסים גאָרקי־טעאַטער‟ אין דער דײַטשישער קרוינשטאָט מיט אַ נײַעם דרך: אינסצענירן פּיעסעס וואָס שילדערן די פֿאַרשײדנקײט פֿון אונדזער איצ­טיקער געזעלשאַפֿט; די שפּאַנונג צווישן אַחריות און שולד, און די האַרבע קשיא: װער איז „אינעװײניק‟ און װער — „אין דרױסן‟?

דער טעאַטער — דער קלענסטער פֿון די בערלינער מלוכישע טעאַטערס — האָט שױן אַ שם פֿאַר פּרעזענטירן הײַנטצײַטיקע טעמעס װי, למשל, די מיגראַציע; די באַגעגעניש פֿון מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע קולטורן, בפֿרט די פֿון אַראַבישע, טערקישע, רוסישע הינטערגרונטן — בקיצור, אַ שפּיגל פֿונעם הײַנטיקן בערלין.

לאַנגהאָפֿס און היליעס ציל איז צו פּרע­זענטירן רייצנדיקע, אינטעלעקטועלע טעמעס און געבן דעם עולם עפּעס װעגן װאָס צו טראַכטן. אַפֿילו װען מען טרעט אויף אױף דײַטש, איז שוין אָנגענומען צו באַגלייטן די פּיעסעס מיט ענגלישע איבערקעפּלעך.

אין דער איצטיקער פּיעסע, באַזירט אויף יצחק באַשעוויס׳ ראָמאַן, „שׂונאים: געשיכטע פֿון אַ ליבע‟, זעט מען דאָס זעלבע: די אַקטיאָרן שפּילן, דער עיקר, אױף דײַטש (און אַ ביסל אױף ייִדיש); די איבערקעפּלעך זענען אױף ענגליש (װען מען רעדט דײַטש) צי אױף דײַטש (װען מען רעדט ענגליש); די מוזיק און לידער (צונױפֿגעשטעלט און אָנגעשריבן פֿון דניאל קאַהן) זינגט מען מערסטנס אױף ענגליש מיט עטלעכע סטראָפֿעס אױף ייִדיש; אַ ביסל דײַטש און צװײ תּפֿילות אױף לשון־קודש (כּל־נדרי און אשמנו). אַזױ װערט אַ געשאַפן אַ גאַנצער שפּראַכן־טומל אין קאָפּ; די לשונות בײַטן זיך כּסדר, כאָטש מע פֿאַרשטײט בײַם סוף כּמעט אַלץ. די דאָזיקע פֿיל־שפּראַכיקײט איז אָבער געװען אַ חן פֿונעם אָװנט, ווײַל עס שפּיגלט אָפּ דעם מצבֿ פֿון די הײַנטיקע פּליטים, װי אױך סתּם פֿון הײַנטיקן בערלין.

בײַם באַאַרבעטן באַשעװיסעס ראָמאַן האָבן געוויסע מענטשן עס געלײענט אױף עבֿרית; אַנדערע — אױף דײַטש, ענגליש אָדער אַפֿילו אויף ייִדיש. די באַטײליקטע אין דער פּיעסע האָבן אין אײנעם געבױט די סצענעס, אימפּראָװיזירנדיק, ניצנדיק און דיסקוטירנדיק פֿאַרשײדענע איבערזעצונגען פֿון באַשעװיסן, אָן אַ פֿאַרטיקן סצענאַר, האָט דן קאַהן דערצײלט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. יעדער אײנער קומט מיט זײַן אייגענער הינטערגרונט און געשיכטע. אָט פֿאַר דעם מין אַרבעט איז די רעזשיסאָרשע יעל רונן שױן באַקאַנט. געוויסע קריטיקער זענען טאַקע געװען איבערראַשט, װאָס רונן האָט אויפֿגעפֿירט אַ פּיעסע וואָס איז װײניקער עקספּערימענטאַל ווי אירע פֿריִערדיקע, און וואָס האַלט זיך נעענטער צו באַשעװיסעס ראָמאַן.

שטעלט זיך טאַקע אַ פֿראַגע: אַז מע פֿאַר­גלײַכט דעם ראָמאַן מיט דער פּיעסע, מיט װאָס זענען זיי אַנדערש?

אַ גרונטיק געפֿיל — סײַ אין באַשעװיסעס „שׂונאים‟, סײַ אין דער פּיעסע — איז דאָס שטענדיקע אײַלן זיך און ניט באַװײַזן צו טאָן דאָס, װאָס אַלע צדדים פֿאָדערן בײַ דיר. דער הױפּט־כאַראַקטער, הערמאַן, לױפֿט פֿון אײן פֿרױ, יאַדװיגאַ, צו דער צװײטער, מאַשע, צו דער דריטער, תּמרה, און מע װײסט ניט װען בכלל האָט ער צײַט אָנצושרײַבן זײַנע כּתבֿ־ידן, אַרטיקלען און רעדעס פֿאַר זײַן באַלעבאָס, הרבֿ לאַמפּערט, בפֿרט אַז דאָס איז דאָך הערמאַנס פּרנסה.

יאַדװיגאַ איז אַ ליבע פֿרױ, נאָר אַ ביסל אַ לאַנגװײַליקע, װאָס קען ניט לײענען און ניט שרײַבן, האָט מורא אַרױסצוגײן פֿון שטוב, און האָט זיך ניט אױסגעלערנט קײן ענגליש, כאָטש זי וווינט שוין דרײַ יאָר אין אַמעריקע, און איז בכלל ניט קײן אינטעלעקטועלער שותּף פֿאַר הערמאַנען. שפּילט הערמאַן אַ ליבע מיט מאַשען, אַ פֿרױ אַ ברען, װאָס איז — כאָטש בײַ באַשעװיסן — אויף הערמאַנס אינטעלעקטועלער מדרגה און װערט באַצײכנט װי אַ ליבע און פֿעיִקע פֿרױ. די מאַשע אין דער פּיעסע (געשפּילט פֿון לאה דרעגער) פֿאַרמאָגט, צום באַדױערן, ניט אַזאַ מין קלוגשאַפֿט, זי איז מער אַ היסטערישע, זי שרײַט די גאַנצע צײַט און מע חידושט זיך אַפֿילו, װאָס הערמאַן זעט אין איר…

פּלוצעם װײַזט זיך אַרױס, אַז תּמרה, הערמאַנס פֿרױ פֿאַר דער מלחמה, לעבט טאַקע יאָ, נאָך דעם ווי זי איז, מיט אַ קױל אין גוף, ממש אַרויסגעקראָכן פֿון קבֿר — אָט די בשׂורה הערט מען אין דער פּיעסע דווקא אױף ייִדיש.

„אַפֿילו נאָכן איבערלעבן דאַרף מען איבער­לעבן,‟ זינגט דן קאַהן בײַם אָנהײב פֿון דער פּיעסע, אין דער ערשטער סטראָפֿע פֿונעם ליד, „נאַציס אין ברוקלין‟, און ער פֿרעגט נאָך אַ מאָל אין צװײטן ליד, „שארית האָראַ‟: װי אַזױ קען מען איבערלעבן נאָך דעם װי מע האָט איבער­געלעבט, איבערגעלעבט דעם חורבן?… „שארית הפּליטה […] װי מענטשלעכער שטױב […]‟, יעדער אײנער איז אַלײן מיט זײַן שפּראַך, זײַן פּײַן און זײַן לוסט, און פּרוּװט לעבן, אָדער כאָטש עפּעס „אַראַנזשירן‟ צװישן לעבן און טױט.

די לידער שפּילן פֿאַרשײדענע פֿונקציעס: טײלװײַז נעמען זײ איבער די ראָלע פֿון אַ דער­צײלער; טיילווײַז — אַ מין אינערלעכן מאָנאָלאָג, די געדאַנקען און געפֿילן פֿונעם פּערסאָנאַזש.

די רעזשיסאָרקע יעל רונן, װײַזט אױס, איז ניט געװען אַזױ פֿאַראינטערעסירט אין די פֿילאָסאָפֿישע, אינטעלעקטועלע דיסקוסיעס װעגן רעליגיע, זינען פֿון לעבן און נאַטור־מע­טאַפֿאָרן, װאָס געפֿינען זיך בײַ באַשעװיסן און װערן טײלװײַז דערמאָנט אין די לידער. פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ שאָד. נו, זאָל מען פֿאָר­שטעלן די פּיעסע אַזוי, און אפֿשר װעלן גע­צײלטע מענטשן נאָכן אָװנט אין טעאַטער טאַקע אויך לייענען דאָס בוך, אַפֿילו אױב זיי לייע­נען עס אין וווּלף טײַכמאַנס שרעקלעכער איבער­זעצונג פֿון ענגליש אױף דײַטש, פֿון 1974…

בײַ באַשעװיסן געפֿינען מיר הערמאַן מיט זײער אַ דיפֿערענצירטן צוגאַנג צו רעליגיע, אױפֿגעװאַקסן טראַדיציאָנעל, געגאַנגען אין חדר און ישיבֿה. אַ מאָל איז דאָס לערנען פֿאַר אים דער אײנציקער װעג װי אַזױ צו קענען לעבן עטיש אױף דער װעלט. פֿילאָסאָפֿיע העלפֿט ניט; תּורה מיט גמרא — יאָ. ער ראַנגלט זיך מיט רעליגיע און מיט דעם, װאָס ער זעט בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, ער פֿרעגט אַ סך און פֿאַראינטערעסירט זיך מיט פּאַראַ־פּסיכאָלאָגיע און אָקולטיזם. אין „גאָרקי־טעאַטער‟ איז דאָס ניט קײן הױפּט־טעמע. דאָרטן איז הערמאַן פּשוט אַ מענטש, פֿאַר װעמען רעליגיע איז מער ניט װיכטיק.

װאָס בלײַבט? אין דער װיזועלער ספֿערע ענדיקט זיך די פּיעסע מיט אַ בילד פֿון צװײ מאַמעס מיט אַ טעכטערל, פֿול מיט האָפֿענונג. די הערעװדיקע ספֿערע אָבער — די מוזיק — גיט אונדז אַן אַנדער אינטערפּרעטאַציע, אַן אַנדער סוף: אין דער אמתן האָט קײנער ניט איבערגעלעבט דעם חורבן; יעדער איז פֿאַרבליבן אַ לא־יוצלח.

ווען מע האָט שוין געלײענט באַשעװיסעס ראָמאַן, מיט אַלע זײַנע ניואַנסן, איז די פּיעסע זיכער אַן אינטערעסאַנטע, בפֿרט דער מוזיקאַלישער נאַראַטיװ. װער עס קען ניט באַשעװיסן, אָדער האָט נישט בדעה אים צו לייענען — איז אַ שאָד. פֿון דער צװײטער זײַט איז עס פֿאָרט אַ מאָדערנער טעאַטער. צוויי שעה איז אַװדאי ניט גענוג אױף צו װײַזן און אַרײַנצונעמען אַלע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס און פּרטים פֿון באַשעװיסעס ראָמאַן. דערצו איז דער ראָמאַן נאָר אײן טעקסט, בעת די רעזשיסאָרקע און יעדער קינסטלער, װאָס נעמט אָנטײל אין דער פּיעסע, גיט דאָך צו דעם אייגענעם ‘טעקסט’ פֿון זײַן לעבן, דערפֿאַרונגען און געפֿילן. קײן ייִדן פֿון די לאַגערן זענען זײ ניט; הײַנטיקע פּליטים מיט זײערע אייגענע צרות — אפֿשר יאָ.

װי דן קאַהן זאָגט: גוט, װאָס מע אינסצענירט באַשעװיסן דאָ אין בערלין; גוט, װאָס מע שטעלט פֿאָר ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרן ברייטן עולם, אַפֿילו אויב מע מוז עס צופּאַסן צו די הײַנטיקע צײַטן.