ניטאָ מער ראָזע קלעפּפֿיש ז׳׳ל

Rose Klepfisz Has Died

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 03, 2016, issue of April 29, 2016.

ראָזע קלעפּפֿיש
ראָזע קלעפּפֿיש

מיטוואָך, דעם 23סטן מאַרץ, איז אין ניו־יאָרק ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 102 יאָר די אַרכיוואַרין און בונדישע כּלל־טוערין, ראָזע קלעפּפֿיש. זי האָט פֿאַראָבֿלט איר טאָכטער, די שרײַבערין און פּראָפֿעסאָרשע ד׳׳ר אירענאַ קלעפּפֿיש, ווי אויך קרובֿים אין אויסטראַליע און אַ סך אָנהענגער אין די בונדישע קרײַזן און אינעם פֿעלד פֿון ייִדישע שטודיעס איבער דער וועלט. איר געוועזענער מאַן, דער בונדישער כּלל־טוער מיכאל קלעפּפֿיש, איז געפֿאַלן קעמפֿנדיק אין וואַרשעווער געטאָ.

ראָזע קלעפּפֿיש איז געבוירן געוואָרן דעם 22סטן יולי 1914 אין וואַרשע ווי שושנה פּערטשיקאָוו. צוליב דער פֿאָדערונג פֿון אירע עלטערע שוועסטער איז זי געגאַנגען לערנען אין אַן עפֿנטלעכער פּוילישער שול, וווּ זי האָט זיך פּערפֿעקט אויסגעלערנט די פּוילישע שפּראַך, עפּעס וואָס האָט איר פֿיל געהאָלפֿן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. צו 12 יאָר איז איר פֿאָרמעלע דערציִונג איבערגעריסן געוואָרן נאָך דעם וואָס איר פֿאָטער, אַ זייגער־מאַכער, איז געשטאָרבן און זי האָט געמוזט גיין אַרבעטן נייען קליידער. אַ לעבנסלאַנגע ליבהאָבערין פֿון ליטעראַטור האָט זי ווײַטער זיך געלערנט דורכן נעמען נאַכט־קורסן אין אַ ביבליאָטעק. ווי אַ מיידל איז זי געווען אַן אַקטיווע מיטגלידין פֿון „השומר־הצעיר‟ און האָט זיך געלערנט ווי אַזוי צו פֿלאַנצן טאַבאַק, כּדי זי צוצוגרייטן צו אַ נײַעם לעבן אין ארץ־ישׂראל.

איר פּאָליטיק האָט זיך אָבער אַ קער געטאָן נאָך דעם, וואָס זי האָט זיך געטראָפֿן מיט איר מאַן, מיכאל קלעפּפֿיש. געשען איז עס ווען זיי זענען געגאַנגען לויפֿן סקי. דער אַטלעטישער מיכאל האָט זי געזען און נאָכגעיאָגט און די צוויי זענען דערנאָך געבליבן אַ פּאָר. פֿיר יאָר שפּעטער, אין יולי 1937, האָבן זיי חתונה געהאַט. נאָך זייער קוש־וואָך אין פּאַריז האָבן זיי זיך אַרײַנגעצויגן אינעם הויז פֿון מיכאלס עלטערן, די בונדישע אַקטיוויסטן און לערער — מרים און יעקבֿ קלעפּפֿיש. די משפּחה קלעפּפֿיש איז געווען אַ סך מער פֿאַרמעגלעך ווי ראָזעס משפּחה און זי האָט גענאָסן פֿון אַזעלכע לוקסוסן ווי אַן עכטע וואַנע. ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מיכאל געאַרבעט ווי אַ כעמישער אינזשינער און האָט געשטיגן אין די ראַנגען פֿון דער בונדישער פֿירערשאַפֿט, אַרבעטנדיק פֿאַרן ספּאָרט־קלוב „מאָרגנשטערן‟.

ראָזע קלעפּפֿיש איז שוין געווען טראָגעדיק ווען מע האָט פֿאַרשפּאַרט די וואַרשעווער ייִדן אין געטאָ. דעם 17טן אַפּריל 1941, איר מאַנס 28סטן געבורטסטאָג, איז געבוירן געוואָרן איר טאָכטער אירענאַ. די משפּחה האָט ווײַטער געוווינט מיט מיכאלס עלטערן און שוועסטער, ביז מע האָט זיי אַלע אויסגעשטעלט שורותווײַז אין אַ הויף בעת אַ סעלעקציע. מיכאל האָט דערקענט אַ ייִדישן פּאָליציאַנט און ס׳איז אים געלונגען צו פֿירן ראָזע און זייער טעכטערל אַרויס פֿונעם הויף אין דער לעצטער רגע. זײַנע עלטערן זענען אָבער געבראַכט געוואָרן צום אומשלאַגפּלאַץ און דערמאָרדעט געוואָרן אין טרעבלינקע.

אין 1942 איז מיכאל קלעפּפֿיש אַליין געשיקט געוואָרן אויף אַ טראַנספּאָרט קיין טרעבלינקע. אויפֿן וועג איז אים אָבער געלונגען אַרויסצושפּרינגען דורך אַ פֿענצטער פֿון דער באַן און צוריקצוקערן זיך אין דער געטאָ. ער האָט זיך באַלד אײַנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער אונטערערדישער ייִדישער קאַמף־אָרגאַניזאַציע. צוליב זײַן קענטעניש פֿון כעמיע האָט ער אָנגעפֿירט מיטן שאַפֿן אויפֿרײַס־מאַטעריאַלן פֿאַר די אויפֿשטענדלער און געשאַפֿן אַ באָמבע־פֿאַבריק. ער האָט אויך, צוזאַמען מיט יצחק צוקערמאַן (באַקאַנט ווי „אַנטעק‟), און אריה ווילנער געדינט ווי אַ שליח צווישן די ייִדישע אויפֿשטענדלער און דער אונטערערדישער פּוילישער היים־אַרמיי. די דרײַ שליחים האָבן אַראַנזשירט, אַז די פּאָליאַקן זאָלן אַרײַנשמוגלען פֿאַר זיי וואָפֿנס אין געטאָ. אין דער זעלביקער צײַט האָט ער געמאַכט פּלענער צו ראַטעווען זײַן פֿרוי און קינד. ס׳איז אים געלונגען, דורך זײַנע קאָנטאַקטן, צו שאַפֿן פֿאַלשע פּאַפּירן פֿאַר ראָזע אונטערן נאָמען „לאָדזשיאַ‟, זי זאָל אָנהייבן אַ נײַ לעבן ווי אַ דינסט־מויד בײַ אַ פּוילישער משפּחה אויף דער אַרישער זײַט. זייער טעכטערל האָט ער איבערגעגעבן אַ קאַטוילישן יתומים־הויז.

ראָזע קלעפּפֿיש, לאָדזש, יאַנואַר 1946
ראָזע קלעפּפֿיש, לאָדזש, יאַנואַר 1946

דעם 17טן אַפּריל, 1943, צוויי טעג פֿאַרן אויסבראָך פֿונעם אויפֿשטאַנד, איז מיכאל אַרויסגעגאַנגען פֿון דער געטאָ, כּדי צו זען זײַן פֿרוי. דעם טאָג, אירענאַס צווייטער געבורטסטאָג און זײַן 30סטן, איז געווען דאָס לעצטע מאָל וואָס ראָזע האָט געזען איר מאַן. דעם 20סטן אַפּריל איז ער אומגעקומען, באַשיצנדיק מיט זײַן קערפּער זײַנע מיט־קעמפֿער פֿון אַ מאַשינביקס.

„וואָס האָט מײַן מאַמע דעמאָלט געטראַכט?‟ האָט אירענאַ קלעפּפֿיש געפֿרעגט רעטאָריש בעת דער הספּד־רעדע אויף איר מוטערס לוויה. „מײַן מאַמע איז ניט געווען קיין 29 יאָר אַלט; זי האָט ניט געקענט דערגרייכן איר קינד… זי איז געווען אַליין אַקעגן דער גרויסער מלחמה־מאַשין און האָט פֿון דעמאָלט אָן געדאַרפֿט מאַכן אירע אייגענע באַשלוסן. און אַזוי האָט זי טאַקע געטאָן‟.

מיט אַ יאָר שפּעטער, ווען עס איז אויסגעבראָכן דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד בײַ די פּאָליאַקן האָט ראָזע זיך דערוווּסט, אַז מע ברענגט די קינדער פֿונעם יתומים־הויז אין אַן אַנדער אָרט. זי איז אַרויסגעגאַנגען פֿון איר באַהאַלטעניש און האָט גערעדט מיט די מאָנאַשקעס. „מע האָט מיך ניט געוואָלט איבערגעבן צו דער מאַמען‟, האָט אירענאַ דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „האָט זי מיך פּשוט אַוועקגעכאַפּט און מיר האָבן פֿאַרלאָזט וואַרשע‟.

אָפּגעריסן פֿון אירע קאָנטאַקטן, האָט ראָזע זיך באַהאַלטן מיט אירענאַ אויף די וועגן מחוץ וואַרשע, וווּ זיי האָבן געהונגערט און זענען ביידע קראַנק געוואָרן. נאָך חדשים פֿון איזאָלאַציע האָט זי צופֿעליק זיך באַגעגנט מיט העלענאַ שעפֿנער, אַ חבֿרטע פֿון „בונד‟ און איר מאַנס אַ געוועזענע פֿראַנצויזיש־לערערקע. דורך איר האָט ראָזע זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אונטערערדישע בונדישע אַקטיוויסטן, וואָס האָבן איר געבראַכט עסן.

נאָך דער מלחמה האָט ראָזע זיך באַזעצט אין לאָדזש, וווּ זי האָט געוווינט מיט אַנדערע לעבן־געבליבענע בונדיסטן. אַ דאַנק דעם „ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט‟ אין ניו־יאָרק האָט זי פֿאַרלאָזט פּוילן און זיך באַזעצט אין נעגלינע, שוועדן. דאָרטן האָט זי גענייט קליידער פֿאַר קינדער און אָנגעהויבן זיך צו לערנען ענגליש, מיטן ציל זיך צו באַזעצן אין מעלבורן, וווּ זי האָט געהאַט אַ ברודער און אַ שוועסטער (איר מאַמע און דרײַ שוועסטער זענען דערהרגעט געוואָרן בעתן חורבן).

אין אַפּריל 1949 איז זי אָנגעקומען אין ניו־יאָרק, וווּ זי האָט געהאַט אַ טראַנזיט־וויזע אויף 7 טעג. נאָכן רעדן אָבער מיט אַ מומע פֿון איר מאַן, וואָס האָט געוווינט אויף „ריווערסײַד־דרײַוו‟, האָט זי באַשלאָסן ניט צו פֿאָרן ווײַטער קיין מעלבורן, נאָר צו בלײַבן אין ניו־יאָרק. זי האָט זיך אַרײַנגעצויגן אין די „אַמאַלגאַמייטעד־הײַזער‟ אין די בראָנקס, וווּ די אָרטיקע בונדיסטן האָבן זי וואַרעם אויפֿגענומען.

„ס׳איז געווען אַ וווּנדערלעכע קהילה‟, האָט אירענאַ קלעפּפֿיש דערמאָנט. „די גאַנצע חבֿרה פֿון אייראָפּע, זיי האָבן זיך געקענט פֿון פֿאַר דער מלחמה. ס׳רובֿ פֿון די מענטשן וואָס מיר האָבן געקענט פֿון שוועדן, האָבן זיך, סוף־כּל־סוף, באַזעצט אין די ׳אַמאַלגאַמאַטעד־הײַזער׳. מע האָט שטענדיק גערעדט דאָרטן וועגן דעם אַמאָליקן לעבן אין אייראָפּע און וועגן דעם ׳בונד׳. ניט וועגן דער מלחמה גופֿא, נאָר וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿאַרמלחמדיקע יאָרן, פֿון אַ צײַט ווען ס׳איז געווען אַזוי פֿיל אָפּטימיזם, אַזוי פֿיל מעגלעכקייטן פֿון דעם וואָס ס׳וואָלט געקענט זײַן‟.

כאָטש ראָזע קלעפּפֿיש האָט לכתּחילה געאַרבעט אין ניו־יאָרק ווי אַ קליידער־מאַכערין און שנײַדערקע, האָט זי באַלד אָנגעהויבן צו אַרבעטן, כּדי צו פּרעזערווירן די וועלט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי האָט ניט געהאַט קיין טרענירונג ווי אַן אַרכיוואַרין, האָט דער היסטאָריקער ד׳׳ר פֿיליפּ פֿרידמאַן, דער דירעקטאָר פֿון די בשותּפֿותדיקע חורבן־פֿאָרשונג פּראָיעקטן בײַם „ייִוואָ‟ און „יד־ושם‟, זי אָנגענומען ווי אַ מיטאַרבעטערין אויף „ייִוואָס‟ וויכטיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון חורבן פֿאָרש־מאַטעריאַלן — „דער וועגווײַזער צו דער ייִדישער געשיכטע אונטער דער נאַצישער ווירקונג‟ (Guide to Jewish History Under Nazi Impact). בלויז אַ יאָרצענדליק נאָך דעם, וואָס זי האָט איבערגעלעבט די וואַרשעווער געטאָ, האָט זי יעדן טאָג געלייענט פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון דער מאַסן־פֿאַרניכטונג איבער די ייִדן, און זיי קאַטאָלאָגירט. „איך געדענק ווי זי פֿלעג אַהיימקומען אויסגעמוטשעט, אַ מרה־שחורהדיקע און מיך זאָגן ׳ווען דו וואָלטסט נאָר געוווּסט, וואָס איך האָב הײַנט געלייענט…‟ האָט אירענאַ קלעפּפֿיש דערמאָנט וועגן דער תּקופֿה אין איר הספּד־רעדע.

צוליב דער פּײַנפֿולער אַרבעט בײַם „ייִוואָ‟ איז זי געוואָרן אַ געניטע אַרכיוואַרין. אין 1962 האָט איר שעף בײַם „ייִוואָ‟, ד׳׳ר יעקבֿ ראָבינסאָן זי רעקאָמענדירט צו די אָנפֿירער פֿונעם JDC, „דער דזשוינט‟, אַז זי זאָל ווערן דער אָרגאַניזאַציעס ערשטער אַרכיוואַרין. ס׳איז ניט געווען קיין גרינגע אַרבעט. מע האָט ביז דעמאָלט ניט געהעריק אָפּגעהיט דעם אַרכיוו. ווי דער זשורנאַליסט האַראָלד עפּשטײַן האָט עס באַשריבן אין 1960 איז דער אַרכיוו געווען „אַ וואַלד פֿון דאָקומענטן, וואָס איז בכלל ניט צוטריטלעך… בלויז אַ גאָר בראַווע נשמה וואָלט זיך אַרײַנגעגריבלט אינעם דאָזיקן וואַלד פֿון פּאַפּירן‟.

די פּאַפּירן, אַוועקגעבאַהאַלטן אין אַ סקלאַד אין ברוקלין, זענען געווען אין אַזאַ שלעכטן צושטאַנד, אַז קלעפּפֿיש האָט געדאַרפֿט ברענגען אַ פּרעס־אײַזן צו דער אַרבעט, כּדי זיי אויסצוגלעטן. במשך פֿון 23 יאָר ווי די ערשטע אַרכיוואַרין פֿונעם „דזשוינט‟ האָט זי סיסטעמאַטיש אײַנגעסדרט די הונדערטער טויזנטער דאָקומענטן און געשאַפֿן פֿאַר זיי ביבליאָגראַפֿישע וועגווײַזער. די מאַטעריאַלן האָבן ניט בלויז אַנטפּלעקט די טעטיקייטן פֿונעם „דזשוינט‟, נאָר אויך די פֿילפֿאַרביקייט פֿונעם פֿאַרמלחמדיקן פּוילישן ייִדנטום, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט אונטערגעשטיצט. ראָזע האָט אויך אָנגעשטעלט און טרענירט אַנדערע אַרכיוויסטן, אַרײַנגערעכנט איר חבֿרטע חנה מלאָטעק, צו אַרבעטן אינעם „דזשוינט‟־אַרכיוו. די אַקאַדעמישע וועלט האָט אָנערקענט איר שווערע האָרעוואַניע: צווישן די, וואָס האָבן איר פּערזענלעך באַדאַנקט געפֿינט מען אַזעלכע חשובֿע פֿאָרשער ווי יהודה באַוער, לוסי דאַווידאָוויטש און דוד ווײַמאַן.

אין אַ טרויער־בריוו צו אירענאַ קלעפּפֿיש האָט לינדאַ לעווין, די אַסיסטענטקע פֿון דער עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „דזשוינט‟ דערקלערט, אַז „אײַער מאַמעס קאַדענץ ווי דער ערשטער דירעקטאָר פֿון אונדזער אַרכיוו איז געווען אַ קאָלאַסאַלע אַרבעט, וואָס האָט דערמעגלעכט, אַז די אָרגאַניזאַציעס פֿרייִקע קאָלעקציעס זאָלן ווערן צוטריטלעך… אַ דאַנק איר נבֿיאות, איבערגעגעבנקייט און געטרײַשאַפֿט צום ייִדישן פֿאָלק, געניסן אונדזערע מיטאַרבעטער, ווי אויך דורות פֿאָרשער איבער דער וועלט פֿון איינער פֿון די וויכטיקסטע אַרכיוון פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע‟.

נאָך איר אַרבעט בײַם „דזשוינט‟ האָט ראָזע קלעפּפֿיש אויך אַקטיוו אָנטייל גענומען אינעם „בונד‟ און „דעם אַרבעטער־רינג‟. כאָטש זי האָט שטאַרק באַמיט, אַז מע זאָל געדענקען איר מאַן און די אַנדערע העלדן פֿון וואַרשעווער געטאָ, האָט זי אַליין קיינמאָל ניט אָנטייל גענומען אין קיין עפֿנטלעכע אָנדענק־צערעמאָניעס. זי האָט אויך קיינמאָל ניט געגעבן קיין עפֿנטלעכע אינטערווויען וועגן אירע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה. „זי איז געווען זייער פּריוואַט וועגן דעם אַלץ‟ האָט אירענאַ קלעפּפֿיש געזאָגט.

אַחוץ איר פּראָפֿעסיאָנעלער קאַריעריע ווי אַן אַרכיוואַרין, האָט זי ווײַטער גענייט נײַע קליידער, וואָס זי האָט אונטערגעחתמעט „אַ ראָזע־קלעפּפֿיש אָריגינאַל‟. זי האָט אויך גענאָסן פֿון טעאַטער און געדענקט אויף אויסנווייניק די פּוילישע לידער, וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט ווי אַ קינד. אויף בונדישע קולטורעלע פּראָגראַמען און שפּעטער אויף „קלעזקעמפּ‟ האָט זי זיך באַפֿרײַנדעט מיטן אַמעריקאַנער־געבוירענעם דור ייִדישע קולטור־טוער. באַקאַנט פֿאַר איר חוש פֿאַר הומאָר און איר ליכטיקער פּערזענלעכקייט, האָט זי געדינט פֿאַר זיי ווי אַ בריק צום פֿאַרשניטענעם ייִדישן וואַרשע פֿון איר יוגנט.