נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published April 04, 2016, issue of April 29, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אַ דערפֿאָלג פֿאַר דער „מכּבי‟ טעניס־מאַנשאַפֿט

„מכּבי‟־אױסטאַליעס טעניס־ליגע האָט צום ערשטן מאָל אײַנגעאָרדנט אַ פֿאַרמעסט פֿאַר אירע מאַנשאַפֿטן אין פֿאַרשײדענע אױסטראַלישע שטאַטן װי אַ באַשטאַנדטײל פֿון די פֿײַערונגען אַרום דער דאַטע 90 יאָר „מכּבי‟־אױסטראַליע. די אונטערנעמונג איז געװען אַ דערפֿאָלגרײַכע און זי װעט מסתּמא װידער פֿאָרקומען איבעראַיאָר. מער װי 12 שפּילערס זײַנען געפֿאָרן פֿון מעלבורן קײן סידנעי כּדי אָנטײלצונעמען אינעם פֿאַרמעסט. די סידנעיער מאַנשאַפֿט האָט געװוּנען 24 קעגן 14 מעטשן.

ייִדישער ספּאָרט־קאַרניװאַל אין יאַנואַר 2017

„מכּבי‟־אױסטראַליע האָט געמאָלדן, אַז איר יערלעכער ייִדישער ספּאָרט־קאַרניװאַל פֿאַר מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות װעט פֿאָרקומען אין דער שטאָט פּערט (װעסטערן אױסטראַליע) פֿונעם 15טן ביזן 22סטן יאַנואַר, 2017. דער קאַרניװאַל העלפֿט צוצוגרײטן יונגע ספּאָרטלער אױף דעם „מכּביה‟־פֿאַרמעסט אין ישׂראל און העלפֿט דער יונגט צו באַקענען זיך מיט אַנדערע יונגע ייִדישע ספּאָרטלער, װעלכע װױנען אין אַנדערע שטאַטן. דער ערשטער קאַרניװאַל פֿון דעם מין איז פֿאָרגעקומען אין 1982.