ייִדן אין דער אַסטראָנויטן־משפּחה

Astronaut Members of the Tribe

סקאָט האָראָוויץ
סקאָט האָראָוויץ

פֿון זעלינאַ איסקאַנדעראָוו

Published April 12, 2016, issue of April 29, 2016.

איך געדענק זייער גוט די פֿרייד און דעם שטאָלץ, וואָס ס׳האָט אונדז אַלעמען אַרומגעכאַפּט, ווען קיין טאַשקענט, וווּ איך האָב דעמאָלט געוווינט, איז אָנגעקומען די ידיעה, אַז אין קאָסמאָס איז געפֿלויגן דער ערשטער — סאָוועטישער — מענטש. דאָס איז געשען פּונקט מיט 55 יאָר צוריק, דעם 12 אַפּריל 1961. מענטשן אויף די גאַסן האָבן זיך אַרומגענומען, זיך געקושט, באַגריסט איינער דעם אַנדערן; פּונקט אַזוי איז געווען אינעם נצחון־טאָג, דעם 9טן מײַ 1945, האָבן זיך דערמאָנט אונדזערע עלטערן.

מיט אַ צײַט שפּעטער בין איך, צוזאַמען מיט אַנדערע תּלמידים, געשטאַנען שורותווײַז פֿון ביידע זײַטן שאָסיי, באַגריסנדיק דעם ערשטן קאָסמאָנויט יורי גאַגאַרין, וואָס איז געקומען צו פֿליִען אויף אַ באַזוך קיין טאַשקענט. לעבן אים איז אינעם אָפֿענעם אויטאָ געזעסן זײַן פֿרוי און צוויי חנעוודיקע מיידעלעך, זײערע טעכטער. דאָס בילד האָט זיך מיר אײַנגעשניטן אין מײַן זכּרון אויף שטענדיק.

ס׳איז קיין חידוש נישט, אַז צווישן די געלערנטע, וואָס האָבן צוגעלייגט זייער האַנט און שׂכל צום קאָסמאָס־ענין, זײַנען געווען נישט ווייניק ייִדן; אָבער ווי אַ סך אַנדערע ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן איך מיט נײַגער נאָכגעשפּירט נאָך יעדן פֿלי אין קאָסמאָס אַרײַן, צי צווישן די חבֿרה־קאָסמאָנויטן איז נישטאָ „אונדזער אַ מענטש‟, פֿון די בני־ישׂראל? און אָט איז עס געשען. זײַן נאָמען איז געווען באָריס וואָלינאָוו, און זײַן ייִדישע מאַמע איז די גאַנצע מלחמה געווען אַ מיליטער־דאָקטאָרין אויפֿן פֿראָנט. שוין שפּעטער מיט יאָרן האָבן איך זיך דערוווּסט, וויפֿל ווענטלעך און ווענט איז אים אויסגעקומען גובֿר צו זײַן ביז ער איז געוואָרן אַ קאָסמאָנויט, נאָר צוליב איין זאַך — זײַן ייִדישער ייִחוס.

אילן רמון
אילן רמון

ס׳רובֿ ייִדן אין דער אַסטראָנויטישער משפּחה זײַנען אַמעריקאַנער, ווי אויך דער ישׂראלי אילן רמון, וואָס איז טראַגיש אומגעקומען, ווען דער שאָטל „קאָלומביע‟ האָט זיך אויפֿגעריסן אין 2003; בסך־הכּל — 14 מענטשן. די גרופּע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אמתן געשטערן פֿון טאַלאַנט, בילדונג און דרייסטקייט. אייניקע פֿון זיי, צי זיי זײַנען יאָ, צי נישט פֿרום, האָבן גענומען מיט זיך אין קאָסמאָס דעם תּנ״ך און אַנדערע זאַכן, וואָס סימבאָליזירן זייער ייִדישקייט.

וועגן דער ייִדישער אַסטראָנויטקע דזשודיט רעזניק, האָבן מיר זיך אַלע דערוווּסט נישט נאָך איר ערשטן קאָסמאָס־פֿלי, נאָר נאָך דער טראַגעדיע אין 1986, ווען ס׳האָט אויפֿגעריסן די קאָסמאָס־שיף „Challenger‟; דעמאָלט איז אומגעקומען די גאַנצע מאַנשאַפֿט. איר נאָמען אַליין, רעזניק, וואָס אויף רוסישע מיינט עס, „שוחט‟, זאָגט עדות, אַז אירע אָבֿות זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד. חוץ יודיט, זײַנען אין קאָסמאָס געפֿלויגן נאָך צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען: די מיליטערישע דאָקטערין קאָלאָנעל עלען בייקער (שולמאַן), וואָס האָט זיך באַטייליקט אין פֿיר (!) קאָסמישע עקספּעדיציעס; און די אַוויאַציע־אינזשענירין מאַרשאַ אײַווענס, וועלכע איז געפֿלויגן 5 מאָל אין קאָסמאָס — דער פֿרויען־רעקאָרד פֿון דער צאָל פֿליִען ביז הײַנט.

מיט די קאָסמישע ענינים האָב איך זיך ענג פֿאַרנומען נאָך מײַן עמיגרירן קיין קאַנאַדע אין 1992. שוין מיט אַ יאָר שפּעטער האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם אינסטיטוט פֿון אַעראָפֿאָרשונגען בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט (UTIAS) און אין דער לאַבאָראַטאָריע פֿון אינטעגראַלער טעסטירונג (ITL Inc) אויפֿן געביט פֿון קאָסמישער שטאָפֿערײַ. גאָר אין גיכן, אַרײַנגייענדיק אין אַ לאַבאָראַטאָריע, האָב איך דערזען ווי אַ הויכער יונגערמאַן אין אַן אוניפֿאָרם פֿון אַ מיליטערישן פֿליִער האָט זיך אויסגעצויגן גלײַך אויפֿן דיל, לעבן צעשפּרייטע בויגנס מיט צייכענונגען און דערקלערט די סטודענטן די סכעמע פֿון אַ קאָסמישן לאַזער־מכשיר. מײַן חידוש איז געוואָרן נאָך גרעסער, ווען כ‘האָב זיך דערוווּסט, אַז דער יונגער אָפֿיציר איז נישט אַבי ווער, נאָר דער קאַנאַדער אַסטראָנויט סטיוו מאַקלין. פּערזענלעך האָב איך זיך באַקענט מיט אים מיט יאָרן שפּעטער, ווען ער האָט באַקומען דעם דירעקטאָר־פּאָסטן פֿון דער קאַנאַדער קאָסמישער אַגענץ (CSA).

אויף דער אינטערנעץ האָב איך זיך פֿרײַנדלעך איבערגעשריבן מיט דרײַ „ייִדישע זיידעס‟, באַקאַנטע געלערנטע, וועלכע זײַנען געשטאַנען בײַם יסוד פֿון UTIAS; זיי האָב מיר גענוי דערציילט וועגן זייער העלדישער באַטייליקונג אינעם ראַטעווען די קאָסמישע שיף „אַפּאָלאָ־13‟, נאָכן אויפֿרײַס אויפֿן וועגן צו דער לבֿנה. ווען כ׳האָב פֿאַראַיאָרן אָנגעקלונגען צום קאָמאַנדיר פֿון „אַפּאָלאָ־13‟ און אים דערציילט וועגן דעם, האָט ער זייער באַדויערט, וואָס ער האָט די געשיכטע נישט געוווּסט פֿריִער, בשעתן פֿילמירן דעם אַמעריקאַנער פֿילם „אַפּאָלאָ־13‟, וווּ ער איז געווען דער הויפּט־קאָנסולטאַנט.

מײַן גרעסטע פֿרייד ווי אַ געלערנטע איז געשען, ווען דער מוסטער־שטאָף, באַקומען פֿון אונדזערע אינאָוואַציע־טעכנאָלאָגיעס און אויסגעפּרוּווט אין דעם לאַבאָראַטאָרישן קאָסמאָס־סימולאַטאָר, זײַנען אָפּגעשיקט געוואָרן אין קאָסמאָס צו ווערן אויסגעפּרוּווט דאָרט בעת די געפֿערלעכסטע יאָרן פֿון זון־אַקטיווקייט. ווי אַן ערן־גאַסט בין איך פֿאַרבעטן געוואָרן בײַצוזײַן בעתן אַרויסשיקן דעם „שאָטל Discovery‟ אין 2001. צווישן די אָפּגעשיקטע „פּעקלעך‟ צו דער קאָסמאָס־סטאַנציע איז געווען אויך דאָס בילד פֿון מײַן אייניקל שיינדל. אויך דעמאָלט האָב איך זיך באַקענט מיט דער רוסיש־רעדנדיקער משפּחה פֿונעם היוסטענער אינזשעניר באָריס בערעזין און זײַנע דרײַ זין, וועלכע האָבן זיך גיך פֿאַרחבֿרט מיט מײַן אייניקל. מיט צוויי יאָר שפּעטער, שוין נאָך דער טראַגעדיע פֿון דער „Columbia‟־שיף האָב איך באַזוכט בערעזינס משפּחה און בײַגעווען אויף דער בר־מיצווה פֿון זייער עלטערן זון.

ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן האָט די בערעזין־משפּחה לאַנגע יאָרן געפֿירט אַ פֿרײַנדשאַפֿט מיט דער משפּחה פֿונעם אומגעקומענעם אילן רמון. מיט צוויי וואָכן פֿריִער האָט מען אין דער זעלבער שיל געפּראַוועט די בר־מיצווה פֿון רמונס זון טל. ווי אַ מתּנה האָב איך דעמאָלט געבראַכט אַהיים פֿון היוסטאָן די עמבלעם פֿונעם פֿלי STS-105 און דעם אויפֿלאָג פֿון אילן רמון…

איך בין זיכער, אַז אין דער רשימה פֿון ייִדישע אַסטראָנויטן וועלן זיך נאָך באַווײַזן נײַע נעמען.