נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published April 12, 2016, issue of April 29, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ישׂראלס נײַער אַמבאַסאַדאָר אין לאָנדאָן — אַ געבױרענער „אָסי‟

דער נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין לאָנדאָן, מאַרק רגבֿ, איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליע. דעמאָלט, הײסנדיק מאַרק פֿרײַבערג, האָט ער גראַדויִרט פֿון דער ייִדישער טאָגשול „הר הצופֿים קאָלעדזש‟ און דערנאָך פֿונעם מעלבורנער אוניװערסיטעט. ער פֿלעגט דאַװענען אין דער אָרטאָדאָקסישער שיל אין דער פֿאָרשטאָט קיו און האָט פֿאַרברענגט מיט זײַנע חבֿרים אין דער יוגנט־גרופּע „הבונים‟, אײדער ער האָט געמאַכט עליה.

אַ מאַטעמאַטיקער פֿון בריזבען קריגט סמיכה דורך דער אינטערנעץ

שמואל (סידנעי) מאָריס איז געבױרן און דערצױגן געװאָרן אין בריזבען מיט 68 יאָר צוריק. פֿון פֿאַך איז ער אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאַטאַמאַטיק װאָס האָט געאַרבעט אין אױסטראַליע, אַמעריקע, בריטאַניע און ישׂראל. מאָריס האָט געשריבן פֿיר ביכער װעגן מאַטאַמאַטיק אײדער ער איז געגאַנגען אױף פּענסיע. דאַן האָט ער פֿאָרגעזעצט זײַנע מאַטאַמאַטישע פֿאָרשונגען בעת ער האָט אָנגעהױבן לערנען זיך אױף סמיכה אױף דער אינטערנעץ דורך אַ חב״ד־פּראָגראַם, װאָס איז באַזירט אין מיניאַפּאָליס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. איצט פּלאַנירט הרבֿ מאָריס צו לערנען זיך אױף צו װערן אַ דיין אױף דער אינטערנעץ.

„ייִדן אױף רעדער“ שענקט ברייטהאַרציקע מתּנה דער ראַטיר־אָרגאַניזאַציע „הצלה‟

די גרופּע באַטייליקטע פֿון „ייִדן אױף רעדער“
די גרופּע באַטייליקטע פֿון „ייִדן אױף רעדער“

די מעלבורנער אָרגאָניזאַציע „ייִדן אױף רעדער“ באַשטײט פֿון ייִדן װעלכע האָבן ליב אַרומצופֿאָרן אױף מאָטאָרציקלען. זי האָט לעצטנס געשאָנקן דרײַ טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן צו דער אָרגאָניזאַציע „הצלה‟ נאָך דעם װי זי האָט באַקומען אַ בײַשטײַערונג פֿון אַ לאָקאַלער באַנק זאָגנדיק, אַז „הצלה‟ נײטיקט זיך מער װי זי אינעם געלט װײַל „זי גיט אַכטונג אױף אונדז“.

דער צװײטער ייִדישער מײסאָנישער גראַנדמײַסטער פּענסיאָנירט זיך

די מײסאָנס עקסיסטירן װי אַן אָרגאָניזאַציע אין דער שטאַט װיקטאָריע שױן 125 יאָר. במשך פֿון דער צײַט זײַנען נאָר צװײ פֿון זײערע גראַנדמײַסטערס געװען ייִדן. דער צװײטער, הלל בענעדיקט, האָט ערשט פֿאַרענדיקט זײַן צװײ־יאָריקן טערמין. מע שאַצט, אַז אַן ערך 300 פֿון די 11,700 מײסאָנס אין װיקטאָריע הײַנט־צו־טאָג זײַנען ייִדן.

בענעדיקט איז געבױרן געװאָרן אין מדינת־ישׂראל מיט 60 יאָר צוריק. צו צװײ יאָר האָט ער זיך באַזעצט אין מעלבורן מיט זײַנע עלטערן, פּױלישע ייִדן װעלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. דער פֿאָטער איז געװאָרן אַ מײסאָן און דער זון איז אױך געװאָרן אַ מײסאָן אין 1975.

צוגרײטונגען אױף יום־השואה

צוגרײטונגען אױף די יערלעכע געלעגנהײטן אָפּצוגעבן כּבֿוד די 6,000,000 און די שארית־הפּליטה קומען איצט פֿאָר אין ייִדישע טאָגשולן, יוגנט־גרופּעס, קהילות און אָרגאָניזאַציעס אין אױסטראַליע. הזכּרות װערן צוגעגרײט פֿון קהילות, יוגנט־גרופּעס, ייִדישע אָרגאָניזאַציעס, טאָגשולן און אָרגאָניזאַציעס.

אײנע פֿון די הזכּרות קומט פֿאָר בײַם חורבן־דענקמאָל אױפֿן אַלטן מעלבורנער בית־עולם, װאָס געפֿינט זיך אין דער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן.

די אָרגאָניזאַציע װאָס באַשטײט פֿון די װעלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן װי קינדער גרײט צו אַ נאָכמיטאָג־פֿאָרום אױף דער טעמע „קינדער געדענקען דעם װײטיק‟. זײ װעלן אַרומרעדן װי אַזױ זײ האָבן זיך געגעבן אַן עצה מיט זײערע טראַומעס.

דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיװאַל, װאָס װײַזט פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט יעדעס יאָר אין מעלבורן און אין סידנעי, גרײט צו זײַן יערלעכן צוגאָב, דעם צװײטן חורבן פֿילם־פֿעסטיװאַל, װאָס װעט װײַזן 29 פֿילמען אױף ענגליש, העברעיִש, ייִדיש, דײַטש, פּױליש, פֿראַנצױזיש, שװעדיש, סלאָװאַקיש, דעניש און יאַפּאַניש.

אַן אױסטראַלישער ייִד אינעם אינטערנאַציאָנאַלן זאָל פֿון באַרימטקײטן בײַם סוחרים־קאָנגרעס

דער אינטערנאַציאָנאַלער סוחרים־קאָנגרעס האָט געמאָלדן אַז דער באַרימטער אױסטראַליש־ייִדישער סוחר סאָלאָמאָן ליו (לעװ) איז אײנער פֿון דרײַ סוחרים װעלכע װערן אַרײַנגעצױגן ה”י אינעם אינטערנאַציאָנאַלן זאַל פֿון באַרימטקײטן. די קאַנדידאַטן װערן באַשטימט יעדעס יאָר פֿון דרײַ ראַיאָנען: צפֿון־ און דרום־אַמעריקע; אַזיע און די לענדער אַרום דעם פּאַציפֿיק און אײראָפּע, אַפֿריקע און דעם מיטעלן מיזרח.