רבי יצחק ליפּיעצס חסידישער ייִדישיזם

Rabbi Isaac Lipietz's Religious Yiddishism

דער שער־בלאַט פֿונעם אָריגינעלן וואַרשעווער „ספֿר מטעמים” און „ספֿר מטעמים החדש” און  אַ „פֿײַג” איז נאָך אַלץ באַקאַנט בײַ אַ טייל רוסן ווי אַ סגולה־סימבאָל קעגן די מזיקים
דער שער־בלאַט פֿונעם אָריגינעלן וואַרשעווער „ספֿר מטעמים” און „ספֿר מטעמים החדש” און אַ „פֿײַג” איז נאָך אַלץ באַקאַנט בײַ אַ טייל רוסן ווי אַ סגולה־סימבאָל קעגן די מזיקים

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 17, 2016, issue of May 13, 2016.

דעם 14טן אַפּריל האָט זיך אויף דער חרדיש־ליטווישער וועבזײַט Thelakewoodscoop.com באַוויזן אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל אויף ענגליש, פֿון הרבֿ משה־דוד לעבאָוויטש, וועגן די היסטאָרישע וואָרצלען פֿונעם מינהג צו גנבֿענען דעם אפֿיקומן בײַם פּסח־סדר.

דער באַקאַנטער מינהג איז חידושדיק צוליב עטלעכע סיבות. קודם־כּל, פֿאַרוואָס דערלאָזט מען די קינדער בכלל צו באַגיין אַ גנבֿה, אַפֿילו אַ סימבאָלישע, כּדי צו פֿאָדערן בײַ די טאַטע־מאַמע אַ מתּנה? בײַ ס׳רובֿ ספֿרדים איז דער מינהג אומבאַקאַנט, און אַ טייל פֿון זיי מיינען אַפֿילו, אַז צוליב דעם ווערן די אַשכּנזים פֿון קינדווײַז אָן צוגעוווינט צו גנבֿענען. להיפּוך, איז בײַ אַ סך אַשכּנזישע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די פֿרומסטע חסידים, אָנגענומען צו רופֿן דאָס קינד, וואָס באַהאַלט דעם אַפֿיקומן, בפֿירוש אַ „גנבֿ‟. דאָס וואָרט קלינגט דאָך צווייפֿלהאַפֿטיק, הגם יעדער פֿאַרשטייט, אַז ס׳איז בלויז אַ טשיקאַווע שפּיל.

אַזוי צי אַזוי, ברענגט דער מחבר צווישן די מראי־מקומות דעם ספֿר „מטעמים החודש‟. ס׳זעט אויס, אַז לעבאָוויטש האָט געמאַכט אַ טעות און געמיינט „מטעמים החדש‟, אַ זאַמלונג פֿון סגולות און מינהגים, וואָס הרבֿ יצחק ליפּיעץ האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1893, ווי אַ המשך פֿון זײַן „ספֿר מטעמים‟, וועלכער איז אַרויס אין וואַרשע מיט דרײַ יאָר פֿריִער. אינעם דאָזיקן ספֿר שטייט געשריבן, אַז דער אַפֿיקומן דערמאָנט אונדז אינעם לעמעלע פֿאַרן קרבן־פּסח, וואָס די ייִדן פֿלעגן עס צובינדן צו זייערע בעטן און האַלטן אַן אויג דערויף. צוליב דעם, היטן די קינדער די „צוגעגנבֿעטע‟ מצה אונטערן קישן.

ס׳איז אַ חידוש, אַז אַזאַ ווערק, אַ יחיד־במינו, ווערט דערמאָנט אין אַן ענגלישן הלכה־שמועס. דער מחבר פֿונעם „ספֿר מטעמים‟, הרבֿ יצחק ליפּיעץ פֿון שעדליץ, איז געווען אַ פּוילישער ייִד, וועלכער האָט פֿאַרטיידיקט פֿאַרשיידענע פֿאָלקס־טראַדיציעס פֿון מיזרח־אייראָפּע, צומאָל גאַנץ מיסטעריעזע און אויסטערלישע, אויפֿן סמך פֿון תּנ”כישע פּסוקים, קבלה און ווערטלעך פֿון חסידישע צדיקים. אָפֿטמאָל, באַגלייט ער זײַנע באַמערקונגען מיטן וואָרט „שמעתּי‟ — אַזוי האָב איך געהערט — אָן קיין קאָנקרעטן מקור. די הלכה ווערט אין „ספֿר מטעמים‟ כּמעט קיינמאָל נישט דערמאָנט. נישט צום ערשטן מאָל ווערט אָבער „ספֿר מטעמים‟ דערמאָנט אויף דער וועבזײַט פֿון „אש־התּורה‟ און אַנדערע הײַנטצײַטיקע ליטוויש־אָריענטירטע פֿרומע אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס.

מיט דער אָריגינעלער פּוילישער אויסגאַבע פֿון „ספֿר מטעמים‟ און „ספֿר מטעמים החדש‟ האָב איך זיך באַקענט אין רוסלאַנד מיט איבער 20 יאָר צוריק. גלײַך האָב איך באַמערקט, אַז דאָס ווערק האָט אַ באַזונדערס עקלעקטישן און פֿאָלקסטימלעכן טעם. אַחוץ דעם פֿאָלקישן סטיל, האָט דער ספֿר מיך פֿאַרחידושט מיט אַ גרויסער צאָל פֿאָלקס־עטימאָלאָגיעס און כּמו־לינגוויסטישע באַמערקונגען.

איך געדענק, אַז אויף איינער פֿון די ערשטע זײַטן פֿון „ספר מטעמים‟, ווען איך האָב געעפֿנט דעם דאָזיקן ספֿר צום ערשטן מאָל אין מײַן לעבן, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אַ הילצערנע פֿײַג — דער באַקאַנטער סימן, וואָס מע ווײַזט מיט די פֿינגער, כּדי צו זאָגן עמעצן „ניין‟ אויף אַ גרעבלעכן אופֿן — איז אַ סגולה קעגן די מזיקים, ווײַל דער דאָזיקער סימבאָל רעפּרעזענטירט אַ זיווג פֿונעם מענערישן און ווײַבלעכן אינטימען אָרגאַן. די שדים שרעקט עס אָפּ, ווען זיי דערזעען אַזאַ סימן אויפֿן האַלדז פֿון אַ קינד.

די לינגוויסטן גלייבן, אַז געוויסע רוסישע גראָבע זידל־אויסדרוקן שטאַמען פֿון ענלעכע גלייבעכצער, וואָס זענען אַמאָל געווען פֿאַרשפּרייט צווישן די סלאַווישע פֿעלקער. אַ טייל היסטאָריקער מיינען, אַז דער ענלעכער אַמעריקאַנער מינהג צו „ווײַזן דעם פֿינגער‟ איז אויך היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט אוראַלטע גריכישע און רוימישע סגולות. צו געפֿינען אַן ערנסטע חסידישע טעאָריע וועגן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ווערסיע פֿונעם דאָזיקן זשעסט, דערצו מיט אַ כּמו־פֿרוידיאַנער טעם, איז אָבער פֿאַר מיר געווען אַ חידוש.

פֿאַרוואָס פּראַוועט מען פּסח אינעם נישט־ייִדישן חודש מײַ? אויף דעם האָט דער ספֿר אויך אַן ענטפֿער. על־פּי־קבלה, זענען די טעג צווישן פּסח און שבֿועות פֿאַרבונדן מיטן לשון־קודשדיקן וואָרט „מי‟ („ווער‟), בגימטריא 50. ווען די ייִדן האָבן שוין מקבל געווען די תּורה, האָט דער באַשעפֿער באַשלאָסן, אַז די וועלט וועט ווײַטער עקזיסטירן. פֿאַר דער מתּן־תּורה האָט מען אָבער נישט געוווּסט, וואָס ס׳וועט ווײַטער זײַן, דערפֿאַר האָבן די אומות־העולם אָנגערופֿן זייער חודש „מאַי‟, וואָס אויף לשון־תּרגום מיינט „וואָס‟, בגימטריא 51.

פֿאַרן יאָר 1918 איז אין רוסלאַנד געווען גענגלעך דער יוליאַנער קאַלענדאַר, לויט וועלכן מײַ הייבט זיך אָן אויף 12 טעג פֿריִער, ווי אין די מערבֿדיקע לענדער. צוליב דעם חילוק צווישן די דאַטעס, האָט מען דעם 7טן נאָוועמבער געפּראַוועט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד דעם יוביליי פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. לויט אַלטן רוסישן לוח שטימט פּסח, געוויינטלעך, טאַקע מיטן חודש מײַ.

פֿאַרשטייט זיך, האָבן אַזעלכע ווערטער־שפּילערײַען ווייניק צו טאָן מיט דער עכטער לינגוויסטיק. זיי דערמעגלעכן אָבער יאָ צו קאָנצעפּטואַליזירן יעדן פּרט אינעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, צונויפֿשמעלצנדיק דעם פֿאָלקלאָר מיט רוחניות. צומאָל, ווי אינעם דערמאָנטן טשיקאַוון בײַשפּיל מיט דער פֿײַג, שטימען די חסידישע אויסטײַטשן יאָ מיט ערנסטער לינגוויסטיק און אַפֿילו פּסיכאָאַנאַליז.

אינעם פּרק „דיבור‟ פֿונעם „ספר מטעמים החדש‟ ווערט דערקלערט, אַז בײַ די אַשכּנזישע ייִדן ווענדט מען זיך צו עלטערע אָדער מער חשובֿע לײַט בלשון־רבים; אַנשטאָט „דו‟ זאָגט מען „איר‟, כּדי זיך מכבד צו זײַן ווי אַ גאַנצע גרופּע מענטשן. בײַ די חסידים איז אָבער אָנגענומען צו רעדן אַפֿילו מיט די זקנים בלשון־יחיד, ווײַל אַפֿילו יהושע בן נון האָט אויף אַזאַ שטייגער גערעדט מיט משה רבינו. מיט אַ פֿרעמדער פֿרוי, דערקלערט רבי יצחק ווײַטער, אירצט מען זיך אויך, כּדי צו פֿאַרגרעסערן די סאָציאַלע דיסטאַנץ פֿון איר, און כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מע רעדט מיט עטלעכע פֿרויען — צו דערווײַטערן זיך פֿון איר געשטאַלט און נישט צוצוקומען צום פֿלירטעווען.

אויף אַ פּשוטן אופֿן, דערקלערט דער רבֿ וויכטיקע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק, אין שײַכות מיט די סאָציאַלע באַציִונגען בײַ די פּוילישע ייִדן אינעם 19טן יאָרהונדערט.

רבי יצחק ליפּיעץ דערקלערט אויך אין זײַנע ווערק, פֿאַרוואָס אויף „גוט־מאָרגן‟ ענטפֿערט מען „אַ גוט יאָר‟, פֿאַרוואָס פֿרײַטיק בײַנאַכט ווינטשט מען „גוט־שבת‟ אַנשטאָט „אַ גוטע נאַכט‟, און אַ גאַנצע ריי אַנדערע ענינים, וואָס מע קאָן באַטראַכטן ווי אַ מין פֿרומער נוסח פֿון ייִדישיזם.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז דאָס וואָרט „אַפֿיקומן‟ שטאַמט פֿון גריכיש און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גוטן בײַשפּיל פֿונעם טויזנט־יאָריקן שפּראַכלעכן געשמעלץ, וואָס שטעקט אינעם ייִדישן ווערטער־אוצר. ס׳איז גוט, אַז אַזאַ פּראָ־ייִדישיסטישער ספֿר ווערט דערמאָנט אויף אַן אַמעריקאַנער פֿרומער וועבזײַט. אַחוץ די טעכנישע הלכה־דיסקוסיעס, וואָלט אָבער געווען כּדאַי דעם ברייטערן אַמעריקאַנער עולם געווויר ווערן, אַז אַפֿילו וועגן אַזאַ ספּעציפֿישן פּרט, ווי דער חילוק צווישן אירצן זיך און דוצן זיך, וואָס אין דער ענגלישער שפּראַך איז בכלל נישטאָ, קאָן מען געפֿינען אינטערעסאַנטע טעאָריעס אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער רבנישער ליטעראַטור.