נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published April 18, 2016, issue of May 13, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדישער אַדװאָקאַט אױסגעשלאָסן צוליב זײַן װאָרענונג צו אַ געליטענעם

דער מעלבורנער ייִדישער אַדװאָקאַט אַלעקס לוענבערג איז אױסגעשלאָסן געװאָרן פֿון אַרבעטן װי אַן אַדװאָקאַט אין דער שטאַט װיקטאָריע גאַנצע 15 חדשים, אָנהײבנדיק פֿונעם ערשטן יוני הײַיאָר, צוליב דעם װאָס ער האָט צװײ מאָל געװאָרנט אַ געליטענעם און זײַן משפּחה, אַז אַ ייִד טאָר נישט העלפֿן דער פּאָליצײ, װעלכע פֿאָרשן אױס אַ צװײטן ייִדן. לוענבערג האָט דאָס געזאָגט אין 2011, בעת ער האָט פֿאַרטײדיקט אַ ייִדן װאָס איז געװען באַשולדיקט אין באַגײן סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן קינדער. דער קליענט זײַנער איז דעמאָלט פֿאַרמישפּט געװאָרן צו זיצן אין טורמע. לוענבערג האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן געליטענעם אין אַ געשריבענעם בריװ און װעט באַצאָלן אַלע קאָסטן פֿונעם איצטיקן משפּט. ער װעט אױך מוזן אָנטײלנעמען אין אַ קורס װעגן לעגאַלער עטיק.

מלוכה־לײַט באַזוכן דעם ייִדישן מעלבורן

די אָרגאָניזירטע ייִדישע קהילה פֿון דער שטאַט װיקטאָריע האָט פֿאַרבעטן שטאַטישע און מוניציפּאַלע מלוכה־לײַט, זײערע עצה־געבערס און געהילפֿן אױף אַ ספּעציעלן טאָג כּדי זײ זאָלן זיך אױסלערנען כאָטש אַ ביסל מער װען ייִדן און ייִדישקײט. די פּאָליטיקער האָבן באַזוכט דעם ייִדישן מוזעום פֿון אױסטראַליע, דעם מעלבורנער חורבן פֿאָרש־צענטער און מוזעום, טעמפּל בית־ישׂראל און דעם פֿאַרװאַלטער פֿונעם ייִדישן הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע. זײ האָבן אױך אָנטײלגענומען אין אַ בימקום שבת מאָלצײַט, װוּ אַ לאָקאַלער רבֿ האָט זײ דערקלערט אַ רײ שבתדיקע טראַדיציעס.

אַ סיכסוך װעגן כּשרות אין סידנעי

בולקעס פֿון אַ בעקער װאָס די סידנעיער כּשרות־אינסטאַנץ האָט געמאָלדן האָט נישט קײן הכשר פֿון איר זײַנען סערװירט געװאָרן אױף אַ סידנעיער אונטערנעמונג מיט צװײ טעג שפּעטער. די אונטערנעמונג איז אַװדאי געװען אונטער דער השגחה פֿון דער סידנעיער כּשרות־אינסטאַנץ. דער אָרגאָניזאַטאָר פֿון דער מאָלצײַט זאָגט אַז די אינסטאַנץ האָט געװוּסט אין פֿאָרױס אַז די בולקעס װעלן סערװירט װערן, ד”ה אײדער זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די מעלדונג.

דערװײַל האָט די נײַע כּשרות־אינסטאַנץ אין דער שטאָט, „קאָמיוניטי כּשר‟, װאָס איז אונטערגעשטיצט פֿונעם ראַט פֿון אָרטאָדאָקסישע שילן אינעם שטאַט ניו סאַוט װײלס און פֿון דער לאָקאַלער אָרגאָניזירטער ייִדישער קהילה פֿונעם שטאַט, געפּסקנט אַז די בולקעס זײַנען כּשר. אַ סיכסוך איז דערנאָך אָנגעגאַנגען עטלעכע טעג פֿון די צװײ כּשרות־אינסטאַנצן װעגן דעם אױף „פֿײסבוק“.

חב״ד־טאָגשולן קריגן אַקרעדיטאַציע פֿון דער „אױסטראַלישער קינדהײט־פֿונדאַציע‟

די צװײ חב״ד טאָגשולן אין מעלבורן, דער ישיבֿה־קאָלעדזש פֿאַר ייִנגלעך און בחורים און די בית־רבֿקה מײדלשול, זײַנען אַקרעדיטירט געװאָרן פֿון דער „אױסטראַלישער קינדהײט־פֿונדאַציע‟. די אַקרעדיטאַציע הײסט „דאָס ’פֿאַרזיכערן די קינדער‘־פּראָגראַם“.

די פּראָגראַם באַשטײט פֿון 7 פּונקטן, צװישן זײ — דאָס ראַפֿינירן, דאָס אָננעמען און אױסשולן מיטאַרבעטער; דאָס דערװיסן זיך מער װעגן דער פֿאַרגאַנגענהײט פֿון נײַע מיטאַרבעטער; דאָס אַרײַנציִען עלטערן און קינדער אינעם פּראָצעס פֿון דערציִונג און דאָס איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע דאָרט װוּ מע דאַרף, װוּ נאָר עס איז פֿאַראַן אַ פֿאַרדאַכט אַז קינדער לײַדן צוליב פֿאַרברעכנס װעלכע װערן באַגאַנגען קעגן זײ.

אומפֿרוכטבאַרקײט און די רבנים

אַ רײ אָרטאָדאָקסישע רבנים האָבן גערעדט װעגן אומפֿרוכטבאַרקײט אין זײערע שילן װי אַ טײל פֿונעם „’100 שילן‘־פּראָיעקט“ אין חודש אַפּריל. דער פּראָיעקט איז געגרינדעט געװאָרן פֿון דער אַמעריקאַנער גרופּע „יש תּיקװה‟, װאָס העלפֿט ייִדישע פּאָרפֿעלקער װעלכע לײַדן פֿון דער־אָ פּראָבלעם.

אַַזעלכע דרשות זײַנען פֿאָרגעקומען אין אַמעריקאַנער, אױסטראַלישע, קאַנאַדישע און ישׂראלדיקע שילן דװקא האַרט פֿאַר פּסח. דאָס איז װײַל פּסח איז אַ שװערע צײַט פֿאַר פּאָרפֿעלקער װעלכע װילן האָבן קינדער און קענען נישט, װײַל אַזױ פֿיל פּסחדיקע טראַדיציעס זײַנען באַזירט אױף צוציִען דעם אינטערעס פֿון קינדער אין די געשעענישן פֿונעם ערשטן פּסח.

אַ נײַע ראָלע פֿאַר אַ רעפֿאָרם ראַבײַ

ראַבײַ פֿרעד מאָרגען
ראַבײַ פֿרעד מאָרגען

דער פֿאַראײן פֿאַר פּראָגרעסיװן יודאַיזם און זײַנע 27 טעמפּלען, טאָגשולן, יוגנט־גרופּעס און אַנדערע אָרגאָניזאַציעס אין אױסטראַליע, נײַ־זעלאַנד, אַזיע און די פּאַסיפֿישע אינדזלען, האָבן באַשטימט דעם אַמעריקאַנער געבױרענעם ראַבײַ פֿרעד מאָרגען װי איר ערשטער באַװעגונג־ראַבײַ. אײדער ער איז געגאַנגען אױף פּענסיע האָט ראַבײַ מאָרגען געדינט 16 יאָר װי דער הױפּט־ראַבײַ פֿון „טעמפּל בית ישראל‟ אין מעלבורן.

לױטן פֿאַראײן, װעט ראַבײַ מאָרגען דערקלערן די געדאַנקען, די פֿילאָסאָפֿיעס און די פּלענער פֿונעם פֿאַראײן צו זײַנע אײגענע באַשטאַנדטײל־אָרגאָניזאַציעס, צו דער ברײטערער ייִדישער געזעלשאַפֿט און אױך צו דער נישט־ייִדישער װעלט. לױט ראַבײַ מאָרגען, װעט זײַן ציל זײַן צו דערמוטיקן לאָקאַלע אַקטיװיסטן צו פֿילן זיך פֿרײַ אױסצודריקן זײערע מײנונגען און צו פֿאַרפּירסומען די דערפֿאָלגן פֿון דער רעפֿאָרם־באַװעגונג.