„שאַבערני‟: אַ שבת צו שטיצן בערני סאַנדערס

A Shabbat to Support Bernie Sanders

מע רעדט אויפֿן “שאַבערני”
מע רעדט אויפֿן “שאַבערני”

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 19, 2016, issue of May 13, 2016.

לעצטנס האָט אַן אייגנאַרטיקער שלש־סעודות אין קראַון־הײַטס, ברוקלין צוגעצויגן אַ גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּע פֿון אַרום 50 יונגע ייִדן, כּדי צו דיסקוטירן וועגן דער קאַנדידאַטור פֿונעם סענאַטאָר בערני סאַנדערס אויף פּרעזידענט אין ליכט פֿון תּורה, און צו באַטראַכטן כּלערליי אפֿנים, ווי אַזוי צו שטיצן זײַן קאַמפּאַניע. די אַזוי־גערופֿענע „שאַבערני‟ (שבת פֿאַר בערני) האָט אויסגעטראַכט און אָרגאַניזירט די גראַדויִר־סטודענטקע בײַם „ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט‟, סאָסיע פֿוקס.

בײַם אָנהייב פֿונעם שלש־סעודות האָט יעדער באַטייליקטער זיך פֿאָרגעשטעלט און דערקלערט, פֿאַר וואָס ער אָדער זי איז געקומען. די סיבות זענען געווען כּמעט אַזוי פֿאַרשידנאַרטיק ווי די אָנטיילנעמער אַליין: אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿרוי האָט דערקלערט, אַז זי קומט פֿון דײַטשלאַנד און אַז דאָרטן האָט מען שוין פֿון לאַנג כּמעט אַלע סאָציאַלע פּראָגראַמען, וואָס בערני סאַנדערס וויל אײַנפֿירן אין אַמעריקע. דערפֿאַר האַלט זי, אַז לויטן פּרינציפּ פֿון „תּיקון־עולם‟, מוז זי אונטערשטיצן זײַן קאַנדידאַטור. אַ ליובאַוויטשער פֿרוי פֿון דער אָרטיקער קהילה האָט דערקלערט, אַז זי איז ניט אין גאַנצן איבערגעצײַגט צו שטימען פֿאַר סאַנדערס אַנשטאָט קלינטאָן, אָבער אַז זי האַלט זייער שטאַרק פֿון זײַן צוגאַנג צו דער עקאָנאָמיע.

אַן ישׂראלי אין זײַנע 20ער יאָרן האָט דערקלערט, אַז ער האָט נאָר מיט צוויי חדשים צוריק פֿאַרלאָזט ישׂראל צוליב דעם, וואָס „בײַ אונדז הערשט אונדזער אייגענער ׳טראָמפּ׳ און ס׳איז פּשוט ניט געווען קיין מעגלעכקייט צו פֿאַרבעסערן דעם פּאָליטישן מצבֿ‟. דערפֿאַר, האָט ער דערקלערט, איז עס אים כּדאַי אָנטיילצונעמען אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, וווּ געוויסע זאַכן קענען אפֿשר זיך בײַטן אַ דאַנק סאַנדערס. צוויי „ישיבֿישע‟ ייִדן האָבן דערקלערט, אַז עס געפֿעלט זיי סאַנדערס צוגאַנג צום וווילזײַן פֿון דער געזעלשאַפֿט און אַז זיי דערשפּירן אין דעם ענלעכקייטן צו דער ייִדישער טראַדיציע. אַ וועלטלעכע ייִדישע טאָכטער האָט דערקלערט, אַז זי שטיצט דעם ייִדישן סענאַטאָר, ווײַל ער וועט אפֿשר קענען ברענגען שלום צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער צוליב דעם, וואָס ער איז, לויט איר מיינונג, מער נייטראַל צו די צוויי צדדים.

נאָך די באַגריסונגען און פֿאָרשטעלונגען איז אויפֿגעטראָטן דזשאַשואַ שוואַרץ, אַ גראַדויִר־סטודענט אין ייִדישע שטודיעס בײַם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟, מיט אַ דבֿר־תּורה וועגן דעם באַגריף פֿון שבת ווי ניט בלויז אַ גײַסטיקן, נאָר אויך אַן עקאָנאָמישן באַפֿעל. שוואַרץ האָט אויסגעטיילט בויגנס מיט דרײַ ציטאַטן פֿון תּנ׳׳ך, אין וועלכן מע גיט איבער דינים וועגן דעם, אַז די בעלי־חיים, אַרבעטער, אָרעמע־לײַט און שקלאַפֿן מוזן על־פּי־הלכה באַקומען אַ טאָג פֿון רו. דער עולם האָט אַרומגערעדט די שורות פֿון ישעיהו, שמות און דבֿרים בחבֿרותא און באַטראַכט די פֿראַגע, פֿאַר וואָס ג־ט האָט ניט נאָר באַפֿוילן, אַז דער ייִד אַליין זאָל באַקומען אַ רו־טאָג, נאָר אויך, אַז ער מוז דערצו געבן אַזאַ טאָג זײַנע שקלאַפֿן. שוואַרץ האָט דערקלערט, אַז דער דין ווײַזט אָן, אַז לויט דער ייִדישער טראַדיציע איז אַ טאָג פֿון פֿרײַער צײַט פֿאַר אַלע מענטשן פֿעסט פֿאַרבונדן מיט יושר און צדק. דבֿרים דערקלערט, למשל, אַז צוליב דעם, וואָס די ייִדן געדענקען זייערע יאָרן ווי שקלאַפֿן אין מצרים, מוזן זיי היטן שבת. שוואַרץ האָט די שורות אָפּגעטײַטשט, אַז צוליב דעם וואָס די ייִדן זענען געווען שקלאַפֿן אין מצרים, זײַנען זיי מחויבֿ צו געבן זייערע אַרבעטער אַ פֿרײַען טאָג.

שוואַרץ האָט דערקלערט, אַז שבת איז אין דער ייִדישער טעאָלאָגיע ניט בלויז אַ טאָג פֿון דער וואָך, נאָר אויך אַ פֿאָרשפּײַז פֿונעם עולם־הבא. דערצו קען מען באַטראַכטן די בעסטע אַספּעקטן פֿון שבת ווי עלעמענטן, וואָס מע זאָל שטרעבן אײַנצופֿירן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן. ער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז מע קען דערפֿאַר פֿאַרשטיין די דינים פֿון שבת וואָס שייך אַרבעטער ווי אַ וועגווײַזער פֿון דעם, ווי אַזוי מע זאָל באַהאַנדלען די אַרבעטער במשך פֿון דער וואָך. שוואַרץ האָט געפֿרעגט בײַם עולם, ווי אַזוי די פּאָליטיק פֿון בערני סאַנדערס שטימט מיטן באַגריף פֿון שבת ווי אַ רו־טאָג פֿאַר אַלעמען. איינער האָט דערקלערט, אַז מע קען פֿאַרגלײַכן סאַנדערס פּאָליטיק פֿון שטיצן וואַקאַציע־טעג און פֿרײַע צײַט פֿאַר עלטערן, וואָס האָבן נאָר וואָס געהאַט קינדער, ווי אַ מאָדערנער עקוויוואַלענט פֿונעם באַפֿעל צו פֿאַרזיכערן, אַז די אַרבעטער זאָלן באַקומען אַ פֿרײַען טאָג. אַן אַנדערער האָט צוגעגעבן, אַז דער באַפֿעל צו היטן דעם וווילזײַן פֿונעם „גר‟ (אין דעם פֿאַל, אַן אויסלענדער), קען פֿאַרגליכן ווערן צו סאַנדערס פּאָליטיק לגבי אימיגראַנטן בכלל און די אומלעגאַלע אימיגראַנטן בפֿרט.

נאָך דער דיסקוסיע האָט שוואַרץ ממשיך געווען מיט דער פֿאַרבינדונג צווישן בערני סאַנדערס און שבת, דערקלערנדיק, אַז סאַנדערס איז דער „שבתדיקער קאַנדידאַט‟, ווײַל ער וויל אײַנפֿירן רעפֿאָרמען, וואָס וועלן דערלאָזן, אַז דאָס לאַנד זאָל זײַן אַ ביסל מער ווי אַ שבת־טאָג. דערצו האָט שוואַרץ דערקלערט, אַז די ייִדישע שטיצער פֿונעם סענאַטאָר מוזן איבערצײַגן אַנדערע, אַז זײַנע פּלענער זענען רעאַליסטיש און אַז ער קען אויך דינען ווי דער „וואָכעדיקער‟ קאַנדידאַט.

נאָך דער הבֿדלה האָט סאָסיע פֿוקס באַקענט דעם עולם מיט אַ פּאָר אַרבעטער פֿון דער סאַנדערס־קאַמפּאַניע און דערקלערט, ווי אַזוי מע קען וואָלונטירן אַרומצוגיין פֿון טיר צו טיר, כּדי צו רעדן מיט מענטשן וועגן זײַן קאַנדידאַטור. ביידע דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן אויף פּרעזידענט פֿאַרמאָגן הײַיאָר גאָר סאָפֿיסטיצירטע אַפּליקאַציעס פֿאַר סמאַרטפֿאָנען וואָס ווײַזן אָן, צו וועלכן אַדרעס מע דאַרף זיך ווענדן און וואָסערע טעמעס ווילן די מענטשן הערן.

פֿוקס האָט פּרובירט אײַנצורעדן דעם עולם זיך צו פֿאַרשרײַבן, כּדי צו רעדן מיט די דעמאָקראַטן אין אַ געוויסער געגנט. זי האָט אויך גערעדט וועגן די פֿאַרשידענע סטראַטעגיעס איבערצוצײַגן די מענטשן, וואָס וואַקלען זיך צווישן קלינטאָן און סאַנדערס, זיי זאָלן שטימען פֿאַרן ייִדישן סענאַטאָר.

אינטערעסאַנט איז געווען צו באַמערקן, אַז כאָטש די אָנטיילנעמער זענען אַלע געווען ייִדן, האָט מען באַשלאָסן, אַז די וואָלונטירן, וואָס מע האָט רעקרוטירט דורכן „שאַבערני‟ וועלן זיך ניט ווענדן דווקא צו ייִדן, נאָר צו דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. „די קאַמפּאַניע האַלט, אַז דאָס איז דער בעסטער צוגאַנג‟, האָט פֿוקס דערקלערט אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟, גיבנדיק צו פֿאַרשטיין, אַז די קאַמפּאַניע האָט זייער אַ סך באַטראַכט די דעמאָגראַפֿיק פֿון פֿאַרשידענע געגנטן און קהילות. „איך האָב אָבער דערמוטיקט די מענטשן, אַז זיי זאָלן רעדן מיט זייערע ייִדישע חבֿרים און קרובֿים וועגן ׳בערני׳, און אַז מע זאָל דורך דעם פּרובירן צו באַקומען וואָס מער שטימען בײַ ייִדן‟.

אויף דער פֿראַגע, וואָס איז געווען איר באַליבסטער אַספּעקט פֿונעם „שאַבערני‟, האָט פֿוקס דערקלערט, אַז ס׳איז געווען די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון די אָנטיילנעמער. „ווען דען זעט מען ווי חסידים, פֿרויען וואָס טראָגן יאַרמלקעס און וועלטלעכע ישׂראלים קומענדיק זיך צונויף בשלום אין איין צימער?‟, האָט זי דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז טאַקע עפּעס, וואָס אַ פּאָליטישע קאַמפּאַניע קען שאַפֿן. איין אינטערעסאַנטע זאַך, וואָס עמעצער האָט מיר דערציילט: דער פֿאַקט, וואָס מע האָט געהאַט צוויי טישן פֿאַר עסן, איינער פֿאַר כּשרן עסן מיט אַ הכשר, און איינער פֿאַר וועגעטאַריש־ און מילכיקן עסן, האָט אים איבערגעצײַגט, צו קומען… ס׳איז מיר דערפֿאַר אײַנגעפֿאַלן: ווי פּשוט עס איז באמת צו שאַפֿן פּלוראַליסטישע ייִדישע פּלעצער. איך וואָלט געוואָלט זען וואָס מער פֿון דעם אין אונדזער קהילה‟.

בערני סאַנדערס‘ באַציִונג צו ישׂראל האָט לעצטנס געשאַפֿן אַ סך קאָנטראָווערסיע צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער דריקט אָפֿט אויס זײַן ליבשאַפֿט צו ישׂראל, האַלטן אַ סך אַנאַליסטן, אַז זײַן באַצייכענען די ישׂראל־פֿירונג בעת דער עזה־מלחמה ווי „איבער דער מאָס‟, וועט אים קאָסטן אַ סך ייִדישע שטימען, בפֿרט צוליב דעם, וואָס די קאָנטראָווערסיע איז אויסגעבראָכן גלײַך פֿאַר די וואַלן אין ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען זייער אַ סך ייִדן.

„די באַטייליקטע האָבן מיך געפֿרעגט, ווי אַזוי זיי זאָלן פּרובירן איבערצוצײַגן זייערע ייִדישע קרובֿים און פֿרײַנד, וואָס זענען זייער רעכט־געשטימט לגבי ישׂראל, זיי זאָלן שטימען פֿאַר ׳בערני׳. איך האָב זיי געזאָגט, אַז אויב זייערע חבֿרים זענען מענטשן, וואָס שטימען בלויז, לויט דעם קאַנדידאַטס צוגאַנג צו ישׂראל, איז עס מסתּמא בעסער ניט צו פּטרן קיין צײַט אויף זיי, און אַנשטאָט דעם צו רעדן מיט די מענטשן, וואָס זענען מער אָפֿן צו ׳בערניס׳ פּערקספּעקטיוו וועגן ישׂראל, וואָס האָט אַ סך מער ניואַנסן. ער איז סײַ פּראָ־ישׂראל, סײַ איבערגעגעבן די באַדערפֿענישן פֿון די פּאַלעסטינער‟.

דזשאַשואַ שוואַרץ האָט דערקלערט אין אַ בריוו־אויסטויש דורך „פֿייסבוק‟, אַז ער „פֿאַרשטייט גוט די זאָרגן וועגן סאַנדערס‘ באַציִונג צו ישׂראל. איך נעם אָבער אָן די טרייסט, וואָס ער איז געווען אַן אַקטיווער אַרבעטער־ציוניסט אין זײַנע יונגע יאָרן און אַז ער האָט אַפֿילו געאַרבעט אין אַ קיבוץ. דערצו, ווײַזט זײַן שטים־געשיכטע אינעם קאָנגרעס, אַז ער האָט זיך שטענדיק באַמיט צו פֿאַרזיכערן דעם וווילזײַן און זיכערהייט פֿון ישׂראל. איך האַלט, אַז ער ווײַזט אַרויס די עכט־ייִדישע מידה פֿון האָבן רחמנות אויף אַלע, וואָס לײַדן אין ארץ־ישׂראל‟. שוואַרץ האָט באַמערקט, אַז ס׳איז וויכטיק ייִדן זאָלן שטיצן סאַנדערס‘ קאַנדידאַטור, ווײַל „זײַן וויזיע פֿון אַ געזעלשאַפֿט, וואָס איז איבערגעגעבן דעם וווילזײַן פֿון די אָרעמע־לײַט און די אַרבעטער, איז באַזירט אויף די ייִדישע ווערטן. איך מיין, אַז ס׳פֿאָלגט דעם רוף פֿון הקודש־ברוך־הוא, צו שטיצן די אלמנה און דעם יתום‟. ער האָט צוגעגעבן, אַז געוויסע מענטשן וואָס זענען געקומען אויף דער אונטערנעמונג, האָבן אײַנגעזען, אַז סאַנדערס‘ קאַמפּאַניע זאָל האָבן כּמעט־משיחיסטישע עלעמענטן.

„מע זעט זייער ווייניק, אַז מענטשן פֿאַרגעטערן סאַנדערס‘ פּערזענלעכקייט אַליין. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווערן מענטשן שטאַרק אינספּירירט פֿון דער אידעאָלאָגיע, וואָס ער דערוועגט זיך אַרויסצוזאָגן. ס׳איז ניט קיין געוויינטלעכע זאַך, וואָס אַ פּאָליטיקער זאָל אַזוי רעדן לטובֿת די אינטערעסן פֿון די מאַרגינאַליזירטע, פֿון די וואָס זענען ניט פּריוויליגירט, און אַז דאָס זאָל ווערן דער הויפּט־פֿאָקוס פֿון זײַן קאַמפּאַניע. די ׳משיחיסטישע׳ עלעמענטן וואָס מענטשן זעען אין דעם זענען דאָס, וואָס ער דערוועגט זיך צו פּרובירן עפּעס נײַעס, צו קערעווען דאָס לאַנד אין אַ נײַער און מער גערעכטער ריכטונג‟.