נײַעס פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 19, 2016, issue of May 13, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר יונגע ישׂראלדיקע מיטלשול־לערער

ד״ר מרדכי יושקאָווסקי
ד״ר מרדכי יושקאָווסקי

דער ייִדישער צענטער פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס טוט אַ חשובֿע אַרבעט אין ווילנע.

די צווייטע וואָך פֿון אַפּריל האָט דער צענטער אָרגאַניזירט אַ סעמינאַר פֿאַר ישׂראלדיקע גימנאַזיע־לערערס. דער ציל: באַקענען די דערציִערס מיט ייִדיש און מיט דער ייִדישער קולטור.

ווי זאָגט עס ד״ר מרדכי יושקאָווסקי, דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם צענטער: עס איז נישט גענוג צו לערנען די געשיכטע פֿונעם חורבן. די ישׂראלדיקע יוגנט דאַרף זיך אויך באַקענען מיט דער רײַכער קולטור, וואָס איז פֿאַרטיליקט געוואָרן צוזאַמען מיט די קרבנות פֿונעם דײַטשן גענאָציד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

כּמעט פֿערציק לערערס זענען געזעסן על התּורה ועל העבֿודה במשך פֿון פֿיר טעג און זיך געלערנט פֿאַרשיידענע טעמעס ווי, למשל, דאָס שאַפֿן פון שלום־עליכם אָדער, להבֿדיל, שדים אין דער ייִדישער פֿאָלק־ליטעראַטור (אַלט ייִדיש). זיי האָבן אויך געקאָנט פֿאַרגלײַכן אָריגינעלע ייִדישע טעקטסן פֿון חיים גראַדען (אַליין אַ ווילנער), אָדער באַשעוויסן מיט זייערע העברעיִשע איבערזעצונגען. ס׳איז נישט קיין סוד אַז אַ סך העברעיִשע איבערזעצונגען זענען אַ קאַפּעטשקע אַרכאַיִש. פֿאַר יונגע לייענערס זענען זיי אָפֿט מאָל כּמעט נישט פֿאַרשטענדלעך.

די לערערס האָבן אויך געהאַט צײַט צו גיין איבער די ווילנער גאַסן, זען די קליינע און די גרויסע געטאָ, די ייִדישע גימאַנזיע (הײַנט די ייִדישע גמינע) און נאָך און נאָך.

פֿאַר די וואָס זייערע טאַטע־מאַמעס שטאַמען פון ווילנע איז די נסיעה קיין ליטע געווען זייער עמאָציאָנעל. אַ ישׂראלדיקע לערערקע האָט, למשל, דערציילט אַז גייענדיק אַרויף אויף די טרעפּ פון דעם פּראַכטפֿולן בנין פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער גימנאַזיע „תּרבות‟ איז געווען פֿאַר איר זייער רירנדיק ווײַל די אייגענע מאַמע איז געווען א תּלמידה אין דער דאָזיקער גימנאַזיע.

סוף פֿון ייִדישער פּראָגראַם אין דער מלוכישער שול נומער 166

לאָמיר בלײַבן בײַ דער ייִדישער דערציִונג: די טעג קען מען זאָגן קדיש אויף דער ייִדישער פּראָגראַם אין דער וואַרשעווער מלוכישער שול נומער 166 אין וואַרשע.

ומעשה שהיה כּך היה. מיט צוויי יאָר צוריק האָט אַ גרופּע עלטערן געפֿרעגט בײַ אַ דירעקטאָרין פֿון אַ פּוילישער פֿאָלקסשול אויב זיי קענען האָבן אַ מין קליינע ייִדישע אויטאָנאָמיע אין איר אַנשטאַלט. דער געדאַנק איז געווען אַז מיט דער צײַט וועט די דאָזיקע פּראָגראַם זיך אַנטוויקלען און ווערן אַ מלוכישע ייִדישע שול ווי, למשל, אין אַנטווערפּן אָדער בײַ אונדזערע באַלטישע שכנים.

די פּוילישע דירעקטאָרין האָט געעפֿנט טיר און טויער פֿאַר די ייִדישע קינדער. מען האָט אַראָפּגענומען דעם צלם פון דער וואַנט פֿון זייער קלאַס און צוגעגרייט אַ פּראָגראַם פון ייִדישע לימודים. למשל, פֿיר מאָל אַ וואָך עבֿרית און איין מאָל אַ וואָך — ייִדיש.

די צרה איז אָבער געווען אַז די טאַטע־מאַמעס האָבן נישט געקאָנט לעבן בשלום צווישן זיך. ווי באַקאַנט זענען „נײַע ייִדן‟ אָפטמאָל מער עקסטרעם ווי ייִדן פון דור דורות. איין גיורת, למשל, האָט אויף אַזאַ אופֿן געמוטשעט אַלעמען אַז דאָס עסן איז נישט כּשר גענוג. סע האָט נישט געהאָלפֿן די טענה, אַז זי קען באַשטעלן גלאַט כּשר עסן פֿאַר איר קינד. אגבֿ, איר אייגן קינד איז לויט דער הלכה נישט קיין ייִד ווײַל זי איז נישט געווען קיין ייִדישקע ווען דאָס קינד איז געבוירן געוואָרן.

נאָך אַ זאַך: די שטאָט האָט געשטיצט די פּראָגראַם ווי זי שטיצט אַנדערע מינדערהייטן, ווי אוקראַיִנער, למשל. די שטאָט שטיצט נישט קיין רעליגיעזע שולן. דער געדאַנק איז געווען צו שאַפֿן אַ ייִדישע שול פֿאַר פֿרומע און פרײַע צוגלײַך, אָבער מילא.

הכּלל, די גרופּע האָט זיך צעזייט און צעשפּרייט. איצט האָט די שול אַן אַנדערע מינערהײט: די מוסולמענער. אינעם קלאַס, וווּ מען האָט אַראָפּגענומען דעם צלם וועלן זיך לערנען די קינדער נישט קיין עבֿרית און נישט קיין חומש, נאָר מסתּמא אַנדערע, פֿאַר זיי הייליקע, ספֿרים.

עס איז שוין דאָ אַ ייִדישע פֿאָלקסשול אין וואַרשע, וועט איר זאָגן. די צרה איז אָבער אַז די דאָזיקע פֿאָלקסשול איז זייער טײַער. פֿאַר די וואָס האָבן מער ווי איין קינד און זענען נישט ממש רײַך איז אַזאַ שול אַ לוקסוס, וואָס זיי קענען זיך נישט דערלויבן, אַפֿילו מיט אַ הנחה. נאָך אַ זאַך: די דירעקטאָרין פֿון דער שול איז אַ קאַטוילישע פֿרוי, וואָס קען נישט קיין העברעיִש און נישט קיין ייִדיש. פֿון דער ייִדישער טראַדיציע איז שוין אָפּגערעדט. אַפֿילו דער העברעיִש־לערער איז נישט קיין ייִד. אַלע לימודים זענען געפֿירט אויף פּויליש.

אמת, עס זענען דאָ אַנדערע טײַערע פּריוואַטע שולן אין וואַרשע, ווי די אַמעריקאַנער שול, די בריטישע שול, די קאַנאַדער שול, די פֿראַנצויזישע שול, די דײַטשע שול און אַנדערע. די דאָזיקע שולן קאָסטן אויך אַ מאַיאָנטעק. דער חילוק איז אָבער אַז די תּלמידים פֿון דער אַמעריקאַנער שול, וואָס זייער מאַמע־לשון איז פּויליש, רעדן פֿליסיק אַמעריקאַנער ענגליש, די תּלמידים פֿון דער דײַטשער שול רעדן פֿליסיק דײַטש, און אַזוי ווײַטער. זיי רעדן ממש ווי אַזוי גערופֿענע „נייטיוו ספּיקערס‟. בײַ די תּלמידים פֿון דער ייִדישער שול ליגט אָבער די צונג אין קימפּעט ווען מען פּראָבירט צו רעדן מיט זיי כאָטש אַ פּאָר ווערטער אויף עבֿרית.

הכּלל, מען קען זיך נאָר דערמאָנען מיט אַ ווייטיק אין האַרצן אין דער אַמאָליקער פּרעכטיקער ייִדישער דערציִונג אין וואַרשע אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.