ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 20, 2016, issue of May 13, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אָנפֿאַלן אויף רעליגיעזע פּערזענלעכקייטן

שבת, דעם 16טן אַפּריל, 3 אַ זייגער פֿאַר טאָג, איז מען באַפֿאַלן די שטוב פֿון הרבֿ שמואל לעװין, ראש ישיבֿה פֿון „חפֿץ חיים‟ און דער פּאָליטישער פֿירער פֿון דעם „פֿאַראייניקטן רעליגיעזן בלאָק‟, װאָס פֿירט אָן מיט דער קהילה. אַ יונגער־מאַן מיט אַ מעסער אין דער האַנט האָט צעקלאַפּט זײַן פֿרוי און איז באַלד אַנטלאָפֿן, װען דער רבֿ האָט אָנגעהויבן צו שרײַען. די פּאָליציי פֿאָרשט אויס דעם ענין, װײַל עס איז נישט קלאָר צי דאָס איז אַ רויבפֿאַל אָדער אַ געשעעניש פֿון אַן אַנדער כאַראַקטער. נאָך דעם האָט מען זיך אויך דערװוּסט, אַז מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק איז מען באַפֿאַלן די היים פֿון הרבֿ צבֿי גרונבלאַט, דער ליובאַװיטשער רבי, װעמען מען האָט סעקװעסטרירט צוזאַמען מיט זײַן משפּחה במשך פֿון אַ פּאָר שעה און באַגנבֿעט. די אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם ייִשובֿ איז שטאַרק באַאומרויִקט פֿון ביידע פֿאַלן, און אייניקע פֿאַקטאָרן זײַנען ניט זיכער צי דאָס איז אַ צופֿעליקייט. די „דאַיאַ‟ האָט שטרענג רעאַגירט און געפֿאָדערט בײַם פּאָליציי־שעף אויפֿקלערן דעם ענין.

די קהילה־וואַלן ווערן אָפּגעלייגט

די ריכטערין מאַריאַ איזאַבעל די פֿיליפּאָ האָט פֿרײַטיק, דעם 15טן אַפּריל, אַרום 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אַ שעה פֿאַר ליכטבענטשן, אָפּגעלייגט די װאַלן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, װאָס האָבן געזאָלט פֿאָרקומען זונטיק דעם 17טן אַפּריל. עס רופֿט די אויפֿמערקזאַמקייט, װאָס זי האָט אָנגענומען אַזאַ באַשלוס אַ טאָג נאָך דעם, װי זי האָט אָפּגעװאָרפֿן די בקשה פֿון די צװיי פּאַרטייען, װאָס האָבן אָנגעקלאָגט אין געריכט, אַז די רעליגיעזע פּאַרטיי האָט געפֿעלשט די רשימה פֿון מיטגלידער מיט װאַלרעכט. די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער קהילה װעט אַפּעלירן דעם באַשלוס.

אַ בוך: „ייִדיש טעאַטער אין אַרגענטינע 1930—1950‟

„ייִדיש טעאַטער אין אַרגענטינע 1930—1950‟ איז אַ בוך, װאָס דער פֿאַרלאַג פֿון פֿילאָזאָפֿישן פֿאַקולטעט בײַ דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט האָט פּובליקירט מיט פֿאָרש־אַרבעטן פֿון דאָקטאָראַנטן און לערערס פֿון פֿאַרשיידענע דיסציפּלינען — אַנטראָפּאָלאָגיע, פֿילאָזאָפֿיע, מוזיקאָלאָגיע, געשיכטע, אַרכיװיסטיק, לינגװיסטיק און טעאַטער. די אַרבעטן שפּיגלען אָפּ פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישן טעאַטער פֿאַרן, בעתן און נאָכן חורבן. פּאַבלאָ קאָהאַן און בעאַטריס סייבעל האָבן אַנאַליזירט די ייִדישע מוזיקאַלישע זשאַנערן; שושנה סקוראַ האָט געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע, צי גאָרדין איז בעסער פֿון שעקספּירן; סילװיאַ האַנסמאַן האָט געאַרבעט אויף די מוזיקאַלישע ספּעקטאַקלען אויף דער ייִדישער בינע, און סקוראַ און האַנסמאַן האָבן אַנאַליזירט די דעבאַטעס איבערן רעפּערטואַר פֿון ייִדישן טעאַטער. סילװיאַ גלאָצער האָט אַנאַליזירט די פֿיגור און פֿאַרגעסענע לידער פֿון יעקבֿ פֿיכער, אַ באַרימטער אַרגענטינער קלאַסישער קאָמפּאָזיטאָר, װאָס האָט אויך געשריבן פֿאַרן טעאַטער. ביז גאָר אינטערעסאַנט איז גלאָצערס אַרבעט װעגן דעם בײַטראָג פֿאַרן ייִדישן טעאַטער פֿון ייִדישע מוזיקערס, װאָס האָבן אימיגרירט קיין אַרגענטינע איבערן נאַציזם; און דער לינגװיסט לוקאַס פֿישמאַן האָט אַנאַליזירט שפּראַך און קאָרטנשפּיל אין מאַקס פּערעלמאַנס דרײַ לידער. פּאַולאַ אַנסאַלדאָ האָט געאַרבעט אַד״ט „טעאַטער — אַ שול פֿאַר דערװאַקסענע, די געשיכטע פֿון טעאַטער, ’איפֿט־ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער‘ און זייער איבערגאַנג פֿון ייִדיש אויף שפּאַניש‟. לוקאַס און פּאַולאַ, לערנען זיך ייִדיש אין ייִװאָ.

דאָס בוך איז אויספֿאַרקויפֿט געװאָרן גלײַך אין דער ערשטער װאָך און מען דערװאַרט שוין אַ צװייטע אויפֿלאַגע.