נײַעס פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 27, 2016, issue of May 13, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

ראַבינער־סעמינאַר לערנט ווי אָפּצוריכטן אַ סדר

דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ראַבינער־סעמינאַר האָט צוגעגרייט אַן אַפּליקאַציע װוּ מען קען לערנען װי אָפּצוריכטן דעם סדר. „15 שריט אין 15 מינוט‟ װײַזן װי דאָס צו טאָן. אַ פּאָר הונדערט באַזוכערס האָבן גענאָסן פֿון דער איניציאַטיװ.

קהילה־באַריכט ווערט פּובליקירט

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט פּובליקירט איר באַריכט פֿון די דורכגעפֿירטע איניציאַטיװעס פֿאַרן יאָר 2015. פּראָיעקטן, פּראָגראַמען און אונטערגענומענע אַקציעס װײַזן אויף אַ בולטן אופֿן די פֿאַרצװײַגטע טעטיקייטן פֿון דער קהילה אויף פֿאַרשיידענע פֿעלדער. סאָלידאַריטעט און קולטור פֿאַרנעמען דעם אויבן־אָן.

ייִוואָ העלפֿט פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿון בוענאָס־אײַרעסער אוניווערסיטעט מיט נײַעם פֿאָרש־פּראָיעקט

דער פֿילאָסאָפֿישער פֿאַקולטעט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער אוניװעסיטעט האָט געשאַפֿן אַן „אינסטיטוט פֿון דער קונסט פֿון ספּעקטאַקלען‟. דער ציל איז צו פֿאָרשן און פּובליקירן מאַטעריאַלן, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דער טעמע. דער אַרגענטינער ייִװאָ װעט מיטהעלפֿן, מיט זייערע אַרכיװן, און באַדינען די יונגע פֿאָרשערס. די פּראָפֿ׳ שושנה סקוראַ, אַ כּסדרדיקע מיטאַרבעטערין אין די טעטיקייטן פֿון ייִװאָ, איז נאָמינירט געװאָרן אין דער אָרגאַניזיר־קאָמיסיע און צוזאַמען מיט דער אַרכיװ־דירעקטאָרין פֿון ייִװאָ, סילװיאַ האַנסמאַן, האָבן זיי שוין אָנגעהויבן אויסאַרבעטן פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿטיקער מיטאַרבעט.

יאַן קערשאָוס בוך „די נאַצישע דיקטאַטור‟ ווערט פּרעזענטירט

יאַן קערשאָוס בוך „די נאַצישע דיקטאַטור‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס. אַ פּראָפֿעסאָר פֿון הײַנטצײַטיקער געשיכטע אין שיפֿילדס אוניװעסיטעט, אין ענגלאַנד, האָט ער זײַן גאַנץ אַקאַדעמיש לעבן אָפּגעגעבן אין פֿאָרשן דעם נאַציזם און פּובליקירט פֿונדאַמענטאַלע װערק אויף דער טעמע. „היטלערס מיטאָס‟, „טראַנסצענדענטאַלע באַשלוסן‟, „היטלער, די דײַטשן און די ענדגילטיקע לייזונג‟, און „היטלערס ביאָגראַפֿיע‟ אין 2 בענד, זײַנען רעפֿערענץ־ביכער אויף דער טעמע. זײַן לעצט בוך, „דער סוף‟, װערט איצט צוגעגרייט צום דרוק און װעט אין גיכן דערשײַנען.