מה נשתּנה צווישן פֿרעמדע

The "Four Questions" Among Strangers


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 01, 2016, issue of May 27, 2016.

מײַן אייניקל אַלעקסאַנדער־חיים שטודירט שוין הײַנט אין קאַלעדזש און אַרבעט נאָכמיטאָג אין גרויסן געשעפֿט „האָום דיפּאָו‟. דערווײַל האָט זיך אונטערגערוקט דער יום־טובֿ פּסח, ווײַט פֿון דער היים, איז וווּ פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ? קלינגט ער מיר אָן און דערציילט מיר די פֿאָלגנדיקע געשיכטע, ממש אַ מעשׂה פֿון טויזנט און איין נאַכט.

„איז הער זיך גוט צו, באָבי,‟ זאָגט ער מיר. „כ׳האָב נישט פֿאַרפֿעלט דעם סדר, חס־וחלילה, ווײַל אַ מיטאַרבעטער אין געשעפֿט וווּ איך אַרבעט האָט מיך פֿאַרבעטן צו זיך.‟

בין איך שוין ווידער געווען צופֿרידן וואָס מײַן אייניקל האָט אין דער פֿרעמד געפֿונען אַ משפּחה בײַ וועמען ער וועט קענען זײַן אַן אורח אויף פּסח.

„איז ווער האָט דיך פֿאַרבעטן אויף פּסח, אַלעקסל?‟ בין איך געווען נײַגעריק צו וויסן. לאַכט ער, ער זאָגט מיר אַז איך וועל עס קיין מאָל אין לעבן נישט גלייבן.

„נו! נו!‟ צי איך אים בײַ דער צונג. „לאָמיך שוין הערן די געשיכטע.‟

און אָט אַזוי הייבט ער אָן דערציילן:

דו ווייסט דאָך, באָבי, אַז יעדן נאָך מיטיק אַרבעט איך, און בײַ דער אַרבעט האָט מיך איינער, אַ מיטאַרבעטער, פֿאַרבעטן אויפֿן סדר וואָס זיי פּראַווען. ער האָט אויך פֿאַרבעטן אַ הויפֿן אַנדערע מיטאַרבעטער און אַלע האָבן צוגעזאָגט צו קומען.

„דער מיטאַרבעטער איז אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און ער האָט מיך געפֿרעגט צי איך בין אַ ייִד, האָב איך אים געענטפֿערט אַז יאָ. יענער האָט זיך דערפֿרייט און מיר פֿאַרזיכערט אַז ער איז אויך אַ ייִד. געקומען די סדר־נאַכט, האָב איך זיך אַרויסגעלאָזט אויפֿן אַדרעס וואָס ער האָט מיר אָנגעגעבן. כ׳גיב אַ קוק, ס׳איז גאָר אַ קירכע מיט אַ מגן־דוד פֿון אויבן. אינעווייניק זײַנען די ווענט פֿון דער קירכע געווען באַצירט מיט מגן־דודס, שעפֿעלעך מיט פּאַסטעכער און יעדערער פֿון די פּאַסטעכער מיט אַ שופֿר. איך גיי אַרײַן אינעווייניק, די טישן זײַנען שוין געגרייט, און פֿון אַלע אײַנגעלאַדענע געסט האָבן זיך באַוויזן בלויז דרײַ. בײַ יעדן טעלער איז געלעגן אַ פּסחדיקע הגדה אויף ענגליש, פֿרעמד פֿאַר מיר, אין מיטן טיש זײַנען געשטאַנען טעלער מיט מצות, ווײַן, סלויעס מיט געפֿילטע פֿיש, רויטער און ווײַסער כריין, האַרטע אייער אין זאַלץ־וואַסער און גרינצײַג.

„שטילערהייט האָבן זיך אַרײַנגעשאַרט צוויי ווײַסע, מיטליעריקע מענער, זעט אויס גײַסטלעכע, אָנגעטאָן אין ווײַסן, מיט אַ טלית אַרום דעם האַלדז און אַ קאַפּעלע אויפֿן קאָפּ. זיי האָבן גענומען דאָס וואָרט און געזאָגט, אַז עס פֿרייט זיי זייער אָפצוריכטן דעם סדר מיט די בכּבֿודיקע געסט, גרייט אַרײַנצוברענגען אַ יום־טובֿדיקע שטימונג אין די הערצער פֿון זייערע מיטברידער, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿאַרזאַמלטע מיט איין ווײַסן יונגערמאַן, און זיי האָבן אָנגעוויזן אויף מיר.

מיטאַמאָל האָבן זיי אָנגעהויבן צו זינגען „הללויה‟ און אַלע האָבן מיטגעזונגען און מיטגעפּליעסקעט מיט די הענט. יעדער איינער האָט געלייענט פֿון דער צוגעגרייטער הגדה, דער עיקר, האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף „עבֿדים היינו‟ — שקלאַפֿן זײַנען מיר געווען…‟

די אפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן עס אונטערגעכאַפּט, גענומען טאַנצן אַרום דעם טיש און זינגען “שקלאַפֿן זײַנען מיר געווען אין לאַנד מצרים, און גאָט האָט אונדז באַשיצט. ער האָט געשאָכטן אַ לעמעלע און מיטן רויטן בלוט אָנגעצייכנט אויף יעדער מיצרישע טיר אַ בלוט צייכן, אַז דער מלאך המות זאָל אויסמײַדן די בלוטיקע טיר און אַוועק מיט אַ טיר ווײַטער”.

די דרײַ אַפֿראָ־אַמעריקאַנער געסט האָבן געמאַכט קאָזשלקעס, געטאַנצט, זיך געבויגן אין צווייען, און געזונגען .Go down Moses, go down to Egypt Land

„נאָך דער עקסטאַזע האָבן זיי זיך צוריקגעקערט צום טיש, אַחוץ איינעם. יענער איז געבליבן שטיין, אָפּגעכאַפּט זײַן אָטעם און אָנגעוויזן אויף מיר, מיט די רייד:

„צי ווייסט איר ווער דער ווײַסער בחור איז? ער הייסט אַלעקס, און קומט אַרויס פֿון אַ משפּחה וואָס איז איז פֿאַרשקלאַפֿט געווען בײַ היטלערן, און גאָט איז געווען מיט זיי און זיי געראַטעוועט פֿונעם חורבן.‟

ווי נאָר ער האָט אַרויסגערעדט די לעצטע פּאָר ווערטער, אַזוי האָבן זיך אַלע אויפֿגעשטעלט, מיך אַרומגערינגלט, זיך געקניט פֿאַר מיר און געבעטן איך זאָל זיי דערציילן וועגן דער שקלאַפֿערײַ בײַ היטלערן.

בין איך געבליבן געפּלעפֿט, און זיי געזאָגט, אַז איך געדענק די פֿיר קשיות פֿון אויסנווייניק אויף העברעיִש און ייִדיש, און גענומען רעציטירן דעם מה נשתּנה הלילה הזה…

די קירכע איז געגאַנגען כאָדאָראָם. זיי האָבן געהאַלטן אין איין איבערחזרן:

„גאָט האָט אים געראַטעוועט, ער איז מיטגעגאַנגען מיט זײַן משפּחה און זיי געראַטעוועט! ער איז אַ געטלעך קינד, אָט דער אַלעקס, און ער האָט מיטגעברענגט מיט זיך גאָט אַהער, מיר זײַנען געבענטשט צו האָבן אים צווישן אונדז.‟

„באָבי,‟ פֿאַרכליניעט זיך אַלעקס, „כ׳קען נאָך אַלץ נישט קומען צו זיך פֿון דער געשעעניש, וואָס זאָגסטו נישט דערצו?‟

איך בין געבליבן נתפּאל ונשתּומם און אים געזאָגט אַז די פֿאַרזאַמלטע האָבן זיך אידענטיפֿיצירט מיט די אַמאָליקע ייִדישע שקלאַפֿן, זיי האָבן מיט אונדזער יציאת־מצרים איבערגעלעבט זייער אייגענע שקלאַפֿערײַ און באַפֿרײַונג. „אָבער קינד מײַנס, ווי האָט געהייסן די קירכע ווו דו האָסט געפּראַוועט דעם סדר?‟ “The Messianic Church”

„אַזוי גאָר!‟ האָב איך זיך ווייניק וואָס געוווּנדערט, „ווײַל אין אונדזער הויז אין פֿלאָרידע, איז פֿאַראַן אַ מין ׳רבי׳, וואָס רופֿט זיך The Messianic Rabbi, אויף זײַן טיר הענגט אַ גרויסע מזוזה און ער האַלט שיעורים יעדע וואָך פֿאַר אַ קליינער צאָל נאָכפֿאָלגער, זיי לייענען פֿון נײַעם טעסטאַמענט און דערקלערן זיך בהפֿרסיא אַז זיי זײַנען ייִדן.

„אַלעקס!‟ האָב איך אים געוואָרנט, „דאָס איז נישט מער ווי אַ קולט.‟

מײַן אַלעקס דערציילט אַלעמען, וועמען ער טרעפֿט אָן, וועגן דעם עקזאָטישן סדר, וואָס ער האָט געהאַט צווישן די מיסיאָנערן וואָס רופֿן זיך ייִדן. דאָס איז מסתּמא זײַן ערשטע באַגעגעניש מיט דער ווירקלעכקייט.