די רוסישע ייִדן און דער „דזשוינט‟, 1914—1924

Russian Jewry and the "Joint," 1914-1924

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 05, 2016, issue of May 27, 2016.

דאָס איז מײַן לעצטער אַרטיקל אין „פֿאָרווערטס‟. צום ערשטן מאָל האָב איך זיך באַוויזן אין דער צײַטונג אין נאָוועמבער 1989, ווען איך האָב נאָך געוווינט אין מאָסקווע, און איצט איז געקומען די צײַט צו פֿאַרמאַכן דאָס דאָזיקע זײַטל אין מײַן געשיכטע.

מיר דאַכט זיך, אַז איך טו עס בײַ צײַטנס, ווײַל איך האָב, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרלוירן מײַן לייענער. איך האָב דאָך אַ סך, צי אַפֿילו דער עיקר, געשריבן וועגן געשיכטע, און דווקא געשיכטע — ווי עס שײַנט מיר (און ווי מע זאָגט מיר) — אינטערעסירט דעם איצטיקן לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ זייער ווייניק. פּינקטלעכער: ווייניק לייענער אינטערעסירן זיך מיט אַזעלכע זאַכן.

און דאָך וועל איך, צום סאַמע סוף, אַ מוטשע טאָן אײַך מיט אַ ביסל געשיכטע.

די רייד גייט ווײַטער וועגן דעם „דזשוינט‟ (Joint Distribution Committee), דער וויכטיקער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿילאַנטראָפּישער אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין קורצן נאָכן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. ס’איז אוממעגלעך אויסצורעכענען וויפֿל מענטשלעכע לעבנס, ייִדישע און ניט נאָר ייִדישע, זײַנען געראַטעוועט געוואָרן, צי לכל־הפּחות פֿאַרבעסערט געוואָרן, אַ דאַנק דעם „דזשוינט‟. די געשיכטע פֿון די אויפֿטוען האָט זיך שוין טיילווײַז אָפּגעשפּיגלט אין כּלערליי ביכער און אַרטיקלען. אָבער עס בלײַבן נאָך אַ היפּש ביסל טעמעס, וועלכע וואַרטן אויף אַן ערנסטן פֿאָרשער.

אַגבֿ, אַ באַזונדער בוך וואָלט געקענט אָנגעשריבן ווערן וועגן דעם שותּפֿות פֿון „פֿאָרווערטס‟ מיטן „דזשוינט‟. אַ צאָל זײַטן פֿון דער צײַטונג דערציילן וועגן פֿאַרשיידענע געשעענישן, פֿאַרבונדן מיטן „דזשוינט‟, אינטערוויוען מיט זײַנע פֿירער, באַריכטן פֿון זײַנע קאָנגרעסן. די צײַטונג האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די קאַמפּאַניעס, וואָס דער „דזשוינט‟ האָט געפֿירט, בפֿרט אין מיזרח־אייראָפּע. אַ צאָל „פֿאָרווערטס‟־לײַט האָבן געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער טעטיקייט פֿון „דזשוינט‟. איינער פֿון זיי איז געווען דער שרײַבער שלום אַש.

דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער מיכאל בייזער איז איינער פֿון די אַקאַדעמיקערס, וואָס הערן ניט אויף צו דרוקן נײַע מאַטעריאַלן וועגן דער „דזשוינט‟־געשיכטע. איצט ליגט בײַ מיר אויפֿן טיש זײַן נײַ בוך Relief in Time of Need: Russian Jewry and the Joint, 1914-1924. ווי דער דאָזיקער טיטל ווײַזט, פֿאָקוסירט זיך דאָס בוך אויף דעם ערשטן יאָרצענדליק פֿון דער פֿילאַנטראָפּישער אַרבעט, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט געפֿירט אין רוסלאַנד — תּחילת אין דער רוסלענדישער אימפּעריע, און דערנאָך אין לענינס מדינה.

באַזונדערס שווער און געפֿערלעך (בייזער דערציילט וועגן העלדישע מענטשן) איז געווען צו אַרבעטן אין די באַדינגונגען פֿונעם בירגערקריג. גאָר ניט גרינג איז געווען אויך שפּעטער, ווען מע האָט געמוזט זוכן אַ סטראַטעגיע פֿאַר אײַנשטעלן נאָרמאַלע באַציִונגען מיט דער קאָמוניסטישער מאַכט. אָבער דער שרעקלעכער הונגער האָט „צוגעהאָלפֿן‟: לענינס רעגירונג האָט זיך זייער שטאַרק גענייטיקט אין אויסלענדישער הילף. דערצו האָבן די „דזשוינט‟־לײַט געפּריידיקט „פּראָדוקטיוויזאַציע‟ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און דאָס איז געווען צום האַרצן די באָלשעוויקעס. אַ ייִד אַ פּויער — אַזאַ חלום האָבן געזען ביידע צדדים.

בייזער באַשרײַבט פּרטימדיק די געשיכטע פֿונעם „ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט‟, אָדער „ייִדגעזקאָם‟, דורך וועלכן דער „דזשוינט‟ האָט אין די פֿריִע 1920ער יאָרן געפֿירט זײַן אַרבעט אין סאָוועטן־רוסלאַנד. קיין אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע איז דער „ייִדגעזקאָם‟ ניט געווען, און די באָלשעוויקעס וואָלטן עס בשום־אופֿן ניט דערלויבט. אָבער ער האָט געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז ער שטעלט פֿאָר ניט די רוסישע רעגירונג, נאָר די רוסישע ייִדן. אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען די שפּיל, אָבער זי — די דאָזיקע שפּיל — האָט אַלעמען געלוינט. דער „דזשוינט‟ האָט געקענט טענהן, אַז ער פֿירט זײַן טעטיקייט אין אַ פֿאַרבינדונג מיט אַ ייִדישער פֿאָרשטייערשאַפֿט.

בייזער ווײַזט, אַז דאָס יאָר 1923 האָט דורכגעפֿירט אַ גרענעץ צווישן צוויי פּעריאָדן אין דער „דזשוינט‟־טעטיקייט אין רוסלאַנד. אויב ביז 1923 (דער תּקופֿה איז געווידמעט דאָס בוך) איז געווען קודם־כּל וויכטיק צו ראַטעווען מענטשן, טאָ שפּעטער איז די סטראַטעגיע געווען אַן אַנדערע, דהײַנו: צו רעקאָנסטרויִרן דאָס לעבן אין דעם מצבֿ, וואָס האָט זיך געשאַפֿן נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917. מיט אַנדערע ווערטער, דער „דזשוינט‟ האָט געהאָלפֿן די ייִדן זיך שטעלן זיך אויף די פֿיס, שאַפֿן באַדינגונגען פֿאַר עקאָנאָמישער און סאָציאַלער אַנטוויקלונג.

אַ סך זײַטן זײַנען אין דעם בוך געווידמעט דעם מענטשן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער „דזשוינט‟־אַרבעט אין רוסלאַנד: יוסף ראָזען (1877—1949). דער דאָזיקער מענטש — אַ מומחה אין לאַנדווירטשאַפֿט און אַ טיכטיקער אַדמיניסטראַטאָר — פֿאַרדינט אַ באַזונדערע פֿאָרשונג. וועגן אים האָט דער „פֿאָרווערטס‟ ניט איין מאָל געשריבן. מע מוז זאָגן אַ דאַנק בייזערן פֿאַר אַראָפּנעמען אַ ביסל שטויב פֿונעם שפּור, וואָס אָט דער טוער האָט איבערגעלאָזט אין דער געשיכטע.

ס’איז וויכטיק, אַז דער „דזשוינט‟ אַרבעט ווידער אַ מאָל אין רוסלאַנד. אָבער די געשיכטע חזרט זיך ניט איבער; זי גייט ווײַטער.