די איגנאָרירטע, פֿאַרגעסענע ווערטער

Words, Neglected and Forgotten

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 20, 2016, issue of May 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאָס אייגענע מיט די ברידער זינגער — ישׂראל יהושע און יצחק באַשעוויס־זינגער, אַ געבוירענער אין ראַדזשימין, פּוילן, אָבער זיך באַנוצט מיט אַ וואַרשעווער שפּראַך.

חיים לייב פֿוקס (אַ לאָדזשער ייִד), איציק מאַנגער (טשערנאָוויץ), משה נאַדיר (נאַראַיעוו אין אוקראַיִנע) און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז יעדע שטאָט און שטעטל אין מזרח־אייראָפּע, יעדעס דערפֿל און ייִדישער ייִשוב האָט גערעדט זייער ספּעציפֿישן ייִדיש־לשון, נישט נאָר אַ באַזונדערן דיאַליעקט, איז גיי פֿאַרשטיי פֿאַרוואָס די מחברים פֿון די ייִדישע ווערטערביכער האָבן נישט אַדורכגעלייענט כאָטש איין בוך פֿון די פֿאַרשיידענע מחברים, צו געניסן פֿון זייער שפּראַך.

קומען מיר צו חיים באָכנערס און שלום ביינפֿעלדס „ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟ אויפֿן יסוד פֿונעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך פֿון יצחק ניבאָרסקי, בערל ווײַסבראָט און שמעון נויבערג, אַרויסגעגעבן אין 2002, איז עס צוגענגלעכער ווי די אַנדערע ווערטערביכער. עס אַנטהאַלט מער ווערטער, און לאָזט אויס דעם פֿאַבריצירטן און אויסגעטראַכטן וואָקאַבולאַר.

יצחק ניבאָרסקי, שמעון נויבערג, עליעזר ניבאָרסקי און נאַטאַליע קריניצקאַס „לשון־קודש שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש‟ איז איינס פֿון די בעסטע ביז אַהער. אָבער פֿאָרט אַ שאָד, וואָס די מחברים פֿון ייִדיש־ענגלישע ווערטערביכער האָבן פֿאַרפֿעלט דעם סכום לאָדזשער, וואַרשעווער, בעסאַראַבער, אוקראַיִנישן, ליטווישן ווערטער־אוצר, מיט זייער סכום ווערטער און ווערטלעך, אידיאָמען, מעטאַפֿאָרן, קליין־שטעטלדיקע אויסדרוקן און דאָס סגאַל.

צום מזל האָבן מיר פֿאַרמאָגט אַזאַ ייִדיש־קענער ווי נחום סטוטשקאָוו, דער מחבר פֿונעם „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. דער ייִד איז געווען נישט נאָר אַ ספּעץ נאָר ממש אַ גאון וואָס האָט זיך גוט געקענט אויף אונדזער מאַמע־לשון, באָבע־לשון, דינסט־מויד לשון, גנבֿים־ און אונטערוועלט־לשון, אַקטיאָרן־שון, און בעל־מלאכה־לשון. איר פֿאַרשטייט שוין, ליבע ייִדן, וווּהין איך צילעווע. דער איינציקער חסרון בײַ סטוטשקאָוון איז דאָס וואָס ס׳איז נישט פֿאַראַן קיין ענגלישע איבערזעצונג.

פֿאַרשטענדלעך, ווען ס׳קומט צו די סלאַוויזמען, מוז איך אָנקומען צום „פֿרעמד־ווערטער־בוך‟ פֿון א. נ. פּינסקי (ווילנע 1937); „ייִדיש־רוסישן ווערטערבוכ‟ (1940); דאָס „רוסיש־ייִדיש ווערטערביכל‟ (1941) און „קורצער ייִדיש־אוקראַיִנישער ווערטערבוך‟ (1996).

אונדזערע שרײַבער און פּאָעטן האָבן מיט זייער לשון באַרײַכערט אונדזער ייִדישן אוצר. נאָך אַלעמען איז ייִדיש אַ לעבעדיקער קוואַל, וואָס פֿליסט מיט אַלע זאַפֿטן און קען פֿאַרשיכּורן אפֿילו מיט ניכטערע רייד. ס׳איז אַ קינסטלערישער אינסטרומענט אויף וועלכן מ׳קען אויסשפּילן די איידלסטע און שאַרפֿסטע ניגונים.