קאָנפֿערענץ וועט שטודירן עכטקייט פֿון ייִדישער מוזיק

Conference Will Study Authenticity of Yiddish Music

Yehuda Blum

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 27, 2016, issue of May 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿאַרוואָס? „ווײַל מיר האַלטן, אַז ביידע זײַטן [קינסטלער און פֿאָרשער], נאָך יאָרן פֿון אויפֿטרעטן און פֿאָרשן, קענען איינער דעם אַנדערן אַ סך אויסלערנען. אויב די פֿאַרבינדונג איז אַן אמתע, וועלן ביידע צדדים געווינען דערבײַ, סײַ קינסטלעריש סײַ וויסנשאַפֿטלעך.‟

אַ וואָרט וואָס מע מײַדט אויס אין דער דיסקוסיע איז „עכטקייט‟, אַ טערמין וואָס איז אַזוי פֿאַרוואַסערט געוואָרן, אַז ס’איז אים שווער צו באַניצן אין אַ וויסנשאַפֿטלעכן קאָנטעקסט. פֿון דעסטוועגן, איז אויך שווער צו רעדן וועגן דעם באַגריף „היסטאָריש־באַטראַכטע פֿאָרשטעלונג” און זיך נישט פֿאַררופֿן אויף דעם וואָרט. יעדער זינגער, מוזיקער און טענצער פֿאַרשטייט עכטקייט אויף זײַן אייגענעם אופֿן, אָבער מע דאַרף אויסגעפֿינען, ווי ווײַט מעגלעך, ווי אַזוי מע האָט געזונגען, געשפּילט און געטאַנצט אין די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, און די אינפֿאָרמאַציע וואָלט געדאַרפֿט משפּיע זײַן אויף דער קונסט. אויב אַזאַ צוגאַנג איז שווער פֿאַרן הײַנטיקן צוהערער אָדער צוקוקער, דאַרף מען דערציִען דעם עולם, ער זאָל בעסער פֿאַרשטיין וואָס קומט פֿאָר אין דער אויספֿירונג פֿון דער מוזיק.

איך ווייס נישט ווער ס’וועט אָנטייל נעמען אין דער קאָנפֿערענץ, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז די פֿאָרשער וואָס באַהאַנדלען קלעזמער־מוזיק וועלן אַרומרעדן וואָס פֿאַר אַ פֿידל, קלאַרנעט, פּויקן, פֿלייטן, און אַזוי ווײַטער, מע פֿלעג שפּילן אין די קאַפּעליעס פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. מע וועט מסתּמא שמועסן וועגן די ערשטע רעקאָרדירונגען פֿון די קלעזמער־קאַפּעליעס, און ווי עכט זיי זענען. ווי ווײַט איך ווייס, זענען די פּלאַטעס פֿונעם רומענישן בעלף־אָרקעטסער פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה די סאַמע ערשטע רעקאָרדירונגען פֿון אַ גאַנצער ייִדישער קאַפּעליע. צי האָט דער פֿאַקט, וואַס זיי שפּילן אין אַ סטודיע געביטן דעם טראַדיציאָנעלן קלאַנג און אַראַנזשירונג פֿון דער גרופּע? מע וועט זיכער אויך נעמען אין באַטראַכט די ערשטע באַשרײַבונגען פֿון קלעזמאָרים און די מוזיק וואָס מע האָט פֿאַרצייכנט.

וואָס שייך ייִדישע טענץ וועלן די פֿאָרשער אַרומרעדן זייערע פֿאָרשונגען, כאָטש קיין סך אַלטע מאַטעריאַלן אויף דעם געביט איז נישט פֿאַראַן. אַ ביסל האָט מען רעקאָרדירט בײַ עלטערע ייִדן, אָבער זיי זענען פֿאָרט געווען אַלט ווען מע האָט זיי אָראָפּגענומען מיט אַ ווידעאָ־אַפּאַראַט. בלײַבט די פֿראַגע: ווי אַקוראַט קענען עלטערע טענצער איבערגעבן די אַמאָליקע טענץ? וואָס שייך געזאַנג און פֿאָלקסזינגער זענען פֿאַראַן אַ סך גוטע רעקאָרדירונגען, אָבער די מומחים דאַרפֿן זיך צונויפֿרעדן און פֿאַרגלײַכן די פֿאַרשיידענע סטילן פֿון געזאַנג. איך וועל נעמען אַ וואָרט וועגן מײַן באָבעס שטעטלדיקן רעפּערטואַר לידער — אַן ערך אַ הונדערט לידער.

איך קוק אַרויס אויף דער קאָנפֿערענץ, וווּ מבֿינים וועלן זיך טיילן מיט זייער פֿאָרשונג און, לאָמיר האָפֿן, קומען צו געוויסע אויספֿירן וואָס שייך דער ייִדישער מוזיק.

די וועבזײַט פֿון דער קאָנפֿערענץ קען מען געפֿינען דאָ: //yiddishsummer.eu/special/conference-yhip.html