אומגעריכטער פּראָיעקט בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער

Unusual Step for Paris Yiddish Center

פֿון יצחק ניבאָרסקי

Published June 03, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

פּונקט צו דער דאַטע פֿון 100סטן יאָרצײַט (דעם 13טן מײַ), האָט דער שוין דערמאָנטער „פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער“ ווײַטער פֿאַרנומען דעם אויבנאָן: פֿינף פֿאָרלייענערס און צוויי מוזיקערס האָבן אינסצעניזירט אויף ייִדיש שלום־עליכמס מײַסטערישע דערציילונג. דער עולם האָט שטאַרק אָפּגעשאַצט די אַרבעט פֿון די טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן, מיטן זייער פֿעיִקן הערשל גראַנט אין דער הויפּטראָלע. אויך אויפֿן געביט פֿון איבערזעצונגען האָט דער שלום־עליכם־סעזאָן אַ לײַטיש גערעטעניש. עס איז אָקערשט דערשינען אויף פֿראַנצייזיש אַ באַנד מיט דרײַ דערציילונגען פֿונעם גרויסן הומאָריסט, איבערגעזעצט דורך נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד [Guitl Pourishkevitsh et autres héros dépités (éditions de l’Antilope)]. פֿון דער זעלבער איבערזעצערין וועט בקרובֿ אַרויסגיין, אונטערן שטעמפּל „מעדעם־ביבליאָטעק“, אין דער סעריע „צוויישפּראַכיקלעך“, אַ ביכל מיט די דערציילונגען „כּפּרות“ און „דאָס פּאָרפֿאָלק“. אין אַ דריטן פֿאַרלאַג איז אַרויס „סטעמפּעניו“, איבערגעזעצט דורך נתן ווײַנשטאָק [Récits yiddish (Classiques Garnier)].

„דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער“ געשפּילט אין פּאַריזער ייִדיש־צענטער
Maison de la culture yiddish
„דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער“ געשפּילט אין פּאַריזער ייִדיש־צענטער

אַז מע שמועסט וועגן צוויישפּראַכיקע אויסגאַבעס, קומט דאָ צו דערמאָנען דעם פֿאַרשפּעטיקטן אָבער דערפֿאַר וווּנדערלעכן לעצטן אַקאָרד פֿון פּרץ־סעזאָן. ווידער אונטערן שטעמפּל „מעדעם־ביבליאָטעק“ איז אָקערשט אַרויס דאָס קרוינווערק פֿון פּרצעס טעאַטער, די פּיעסע „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק“, אין דער איבערזעצונג פֿון בתיה בוים. אויב פּרץ האָט זײַן דראַמע געשליפֿן אין משך פֿון אַ גאַנצן יאָרצענדליק, האָט בתיה בוים איר פֿראַנצייזישע ווערסיע געפֿײַלט און געטאָקט גאַנצע 35 יאָר, ביז זי האָט דערלאַנגט צו אַ מדרגה פֿון פּאָעטישער שלמות וואָס איז אַן אוניקום אין דער וועלט־פּאַנאָראַמע פֿון די ייִדיש־איבערזעצונגען.

אַ צווייטע פּאַריזער ייִדיש־אינסטיטוציע, דער מעדעם־צענטער בײַם אַרבעטער־רינג, האָט די טעג געפֿײַערט נאָך אַ געשעעניש: דאָס אַרויסגעבן אַ פֿרישע אויפֿלאַגע פֿונעם לידער־געזעמל „מיר זינגען: זאמלונג פֿון אַרבעטער־ און פֿאָלקס־לידער פֿאַר קינדער, יוגנט און דערוואַקסענע“, אַרויס צום ערשטן מאָל נאָך דער מלחמה דורך פּאַריזער „סקיף“ און איצט פֿאַרזאָרגט מיט טראַנסקריפּציעס און איבערזעצונגען — אַן אַרבעט מיט וועלכער עס האָט אָנגעפֿירט בערל ווײַסבראָט.