ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published June 27, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ייִדן, מוסולמענער און קריסטן אױף „איפֿטאַר“ פֿײַערונגען אין מעלבורן

בעת זײער הײליקן חודש ראַמאַדאַן פֿאַסטן מוסולמענער בײַ טאָג און זײ פֿאַרברענגען אױף גרױסע שׂמחות בײַ נאַכט. פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון װיקטאָריע האָבן אָנטײלגענומען אין אַזאַ „איפֿטאַר“ שׂמחה אין מעלבורן, צוזאַמען מיט פֿאָרשטײערס פֿון װיקטאָריעס מוסולמענישע און קריסטלעכע באַפֿעלקערונגען.

דער אָװנט איז געװען פֿינאַנציעל אונטערגעשריבן פֿון דער רעגירונג פֿונעם שטאַט װיקטאָריע. אָנטײלנעמערס האָבן אַרומגערעדט, צװישן אַנדערן, אַ געמײנזאַמע רײַזע קײן מדינת־ישׂראל פֿון 11 לאָקאַלע גײַסטלעכע.

די פֿאַרװאַלטערין פֿון דער ייִדישער קהילה, דזשעניפֿער הופּערט, האָט אױסגעדריקט די האָפֿענונג אַז די אָנטײלנעמערס אינעם „איפֿטאַר“ אָװנט װעלן זיך צונױפֿקומען איבער אַ יאָר אױף אַן ענלעכן אָװנט געװידמעט אַ ייִדישן יום־טובֿ.

פּױליש־ייִדישער קאַבאַרעט בײַ דער „קדימה‟

לאָקאַלע טאַלענטן האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ נאָך־געמאַכטן פּױליש־ייִדישן קאַבאַרעט־אָװנט בײַ דער „קדימה‟, אַזױ װי עס פֿלעגט פֿאָרקומען אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּױלן, אונטערן רעזשי פֿון דער זינגערין גלית קלאַס. דער שרײַבער אַרנאָלד זײבל האָט צוגעשטעלט די טעקסטן און די מוזיקערין טאָמי (אירקע) קאַלינסקי איז געװען בײַם קלאַװיר. עס האָבן אָנטײלגענומען קינסטלער פֿון די ייִדישע און די אױסטראַלישע בינעס. צװישן זײ זײַנען געװען פֿרײדי מראָצקי, גראַזינע קרײַעװסקאַ, עליסאַ גרײ, עװעלין קרײפּ, גלית קלאַס, קערען פֿעלדמאַן, מישעל לאַלום, טאָבי גלעזער, דודי רינגעלבלום, יאָסל טיגעל און אַנדערע. דער קאַבאַרעט האָט געשפּילט אין ייִדיש און אין פּױליש צװײ אָװנטן בײַ דער קדימה מיט גרױס דערפֿאָלג.