ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published June 29, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַנאָנימער אַרגענטינער קויפֿט היטלערס רעקל און אַנדערע נאַצי־אָביעקטן פֿאַר $676,000

די טעג איז באַקאַנט געװאָרן אַז איז מינכען איז שבת, דעם 18טן יוני, פֿאָרגעקומען אַ ליציטאַציע װוּ אַן אַרגענטינער, פֿון װעלכן מען קען נישט זײַן נאָמען, האָט אָפּגעקויפֿט פֿאַר $676,000 56 אָביעקטן פֿון די 169 נאַצישע רעליקװיעס — אַ טייל פֿון אַ פּריװאַטער קאָלעקציע װאָס מען האָט פֿאַרקויפֿט. דער קונה האָט דערקלערט אַז די אָביעקטן װעלן אויסגעשטעלט װערן אין אַ מוזיי.

ער האָט זיך פֿאַררעגיסטרירט מיטן נומער 888, װאָס איז אַ פֿאַרשטעלטער נומער װאָס מיינט „הײַל היטלער‟ װײַל „ה‟ איז דער אַכטער נומער פֿון אַלף־בית און דאָס איז אַ פֿאַרשפּרייטער פּאַראָל אין נאַצישע קרײַזן. אַ רעקל פֿון היטלערס מונדיר; זײַנע הויזן און אַ ראַדיאָגראַפֿיע פֿון זײַן קאָפּ; גערינגס אונטערװעש; אַ זייגער, און אַ בראָנדזענע כּלי װוּ ער האָט געהאַלטן דעם סם מיט װעלכן ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן פֿאַר זײַן עקזעקוציע אין נירענבערג אין 1945.

צװישן די אַנדערע ליציטירטע איינסן זײַנען געװען זאָקן, קראַװאַטן, טישטעכער און אַ שטײַער־דאָקומענט פֿון זייערע הינט. די אָביעקטן האָבן געהערט צו דער פּריװאַטער קאָלעקציע פֿון אַן אַמעריקאַנער מעדיקער, זשאָן לאַטימער, װאָס האָט באַדינט די נאַצישע אַרעסטירטע בעת די נירענבערגער משפּטן.

כאָטש דער ייִדישער ייִשובֿ האָט געװאָלט אַנולירן די ליציטאַציע און זי באַצייכנט פֿאַר „עקלדיק‟, האָט „הערמאַן היסטאָריקאַ‟, די פֿירמע װאָס האָט אָרגאַניזירט די ליציטאַציע, דערקלערט אַז „מיר זײַנען באַװוּסטזיניק פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער דײַטשישער געשיכטע פֿון 1933 ביז 1945 און מיר זײַנען קעגן אַלע נעאָ־נאַצישע און נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע טענדענצן; איז דער ציל פֿון דער ליציטאַציע פֿאָרצולייגן די מאַטעריאַלן פֿאַר די מוזייען, כּדי זיי זאָלן זײַן אַ בײַטראָג פֿאַר דער װיסנשאַפֿט און דער פֿאָרשונג‟.

דער „װיזנטאַל־צענטער‟ אין בוענאָס־אײַרעס האָט דערקלערט אַז דאָס איז „אַן אַבסאָלוטע קראַנקײט, אַ סאַדיסטישער פֿעטישיזם, און בלויז נישט־נאָרמאַלע מענטשן זאַמלען אַזעלכע מאַטעריאַלן.‟

אַ זשורנאַליסט װאָס איז בײַגעװען די ליציטאַציע האָט געזאָגט, אַז די באַטייליקטע אויף דער ליציטאַציע זײַנען געװען יונגע פּאָרלעך, עלטערע מענטשן און מוסקוליעזע יונגע לײַט מיט געגאָלטע קעפּ און מיט מוראדיקע טאַטויִרונגען.

דער שרײַבער און זשורנאַליסט אַבעל באַסטי, וואָס איז איינער פֿון די גרעסטע ספּעציאַליסטן פֿון נאַציזם אין אַרגענטינע, האָט דערקלערט אַז בדרך־כּלל איז דער קונה בײַ די ליציטאַציעס איינער וואָס װערט געשיקט צו קויפֿן די זאַכן, און אַז דער אמתער אייגנטימער בלײַבט אומבאַקאַנט. באַסטיס ביכער „היטלערס סודות‟, „היטלערס עקסיליום‟ און „נאָך היטלערס טריט‟ האָבן פֿאַרקויפֿט איבער 100 טויזנט עקזעמפּליאַרן.

באַסטיס טעזע איז אַז היטלער איז אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע נאָך זײַן מפּלה און געשטאָרבן אין באַרילאָטשע, אַ שטאָט 1,000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, װוּ אַ סך נאַציס האָבן אויסגעקליבן װי אַ װוינאָרט װען זיי האָבן באַקומען שוץ נאָכן קריג. באַסטי װוינט אַליין הײַנט אין באַרילאָטשע.

באַסטי האָט אויך אָנגעװיזן אַז דער גרעסטער זאַמלער פֿון נאַצישע אָביעקטן װוינט אין פּאַראַגװײַ און אַז אין דעם צענטער פֿון דער שטאָט ביענאָס־אײַרעס קען מען אויך קויפֿן אַ סך מאַטעריאַלן פֿון דעם נאַצישן פּעריאָד.

באַרילאָטשע װערט באַזוכט יעדעס יאָר פֿון אַ מיליאָן טוריסטן בערך. זיי געניסן פֿון בערג, אָזערעס און װינטער פֿונעם שניי. אָבער לעצטנס האָט מען צוגעגעבן אַ נײַע אַטראַקציע — מען אָרגאַניזירט טורן איבער די ערטער װוּ נאַציס האָבן געװוינט. דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין 1994 װען מען האָט דאָרט געכאַפּט דעם קאַפּיטאַן העריך פּריבקע װאָס האָט אַפֿילו נישט געביטן זײַן נאָמען.

וואַלן אין דער ייִדישער קהילה ווערן אָפּגעלייגט צוליב באַשולדיקונג פֿון געפֿעלשטע רשימות

זונטיק, דעם 26טן יוני האָבן געזאָלט פֿאָרקומען די װאַלן אין דער בוענאָס־אײַרעסער ייִדישער קהילה. די װאַלן זײַנען אָפּגעלייגט געװאָרן איבער אָנקלאָגן פֿון פּאָליטישע ריכטונגען װאָס האָבן געהאַלטן אַז די אָנפֿירערשאַפֿט האָט געפֿעלשט די רשימות פֿון די מיטגלידער. די ריכטערין האָט צום צװייטן מאָל נישט דערלויבט דורכפֿירן די װאַלן און דער ריס צװישן דער קאָאַליציע װאָס פֿירט־אָן מיט דער קהילה (אָרטאָדאָקסן און ציוניסטישע סעקטאָרן) און אומפּאַרטיייִשע, קאָנסערװאַטיװע און רעפֿאָרמיסטישע סעקטאָרן האָט זיך פֿאַרגרעסערט און עס לויערט אויף דער קהילה אַ מלוכה־אינטערװענץ.