אלי וויזל, דער ייִדישער שרײַבער

Elie Wiesel, The Yiddish Writer

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 01, 2016, issue of June 25, 2016.
עליע וויזעל, 1968
Getty Images
עליע וויזעל, 1968

די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דעם 2טן יולי פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אין אָנדענק פֿון אליעזר (אלי) וויזל, וווּ עס ווערט דערמאָנט, אַז ער איז געווען אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכער האָט איבערגעלעבט אוישוויץ און געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום. מיט די זעלבע ווערטער הייבט זיך אָן דער אַרטיקל אין „האָרץ‟ און אַנדערע הויפּטשטראָמיקע צײַטונגען, ייִדישע און אַלגעמיינע, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿאַראַכטאָגן שבת אויף דער אינטערנעץ.

ס׳איז אָבער וויכטיק צו דערמאָנען, אַז אין דער געשיכטע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ איז וויזל אויך באַקאַנט, אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער — ווי אַ ייִדיש־אַקטיוויסט און אַ באַקאַנטער היימישער ייִד פֿונעם עסטרײַך־אונגערישן שניט.

וויזל, דער וועלט־באַקאַנטער שרײַבער, פּראָפֿעסאָר און אַקטיוויסט, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 2טן יולי אין זײַן מאַנהעטענער היים, אינעם בכּבֿודיקן עלטער פֿון 87 יאָר. אַ געבוירענער אין סיגעט, דאָס באַרימטע אונגעריש־ייִדישע שטעטל אין טראַנסילוואַניע, איז ער דערצויגן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון וויזשניצער חסידים. הײַנט ווערט סיגעט, וואָס נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אַריבער אויף דער רומענישער טעריטאָריע, געוויינטלעך אַסאָציִיִרט מיט די סאַטמאַרער חסידים. דאָרטן האָבן געפּראַוועט זייער הויף דער זיידע און דער טאַטע פֿון רבי יואל טייטלבוים, וועלכער האָט געשפּילט די שליסל־ראָלע אינעם אויפֿלעבן אין צפֿון־אַמעריקע און אַנדערע לענדער דאָס נײַע חסידישע ייִדישלאַנד נאָכן חורבן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די נאָבעל־פּרעמיעס אין וויסנשאַפֿט, איז דער שלום־פּריז נישט אַלעמאָל אַ סימן פֿון גדולה. אין דער ליסטע פֿון לאַורעאַטן טרעפֿן זיך אַ צאָל צווייפֿלהאַפֿטיקע פּערזענלעכקייטן. מנחם בעגין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן במשך פֿון זייער מיליטערישער און פּאָליטישער קאַריערע ביידע אויסגענוצט, אויף די היפּוכדיקע צדדים פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט, אַזעלכע מיטלען, וואָס די קריטיקער קלאַסיפֿיצירן זיי ווי אויסגעשפּראָכענע מלחמה־פֿאַרברעכנס. הענרי קיסינדזשער, וואָס האָט באַקומען די חשובֿע פּרעמיע אינעם יאָר 1973, איז לכתּחילה געווען טיף פֿאַרמישט אין דער וויעטנאַמער מלחמה, וועלכע האָט זיך בעת זײַן פֿאַרדינען דעם פּריז נאָך נישט געענדיקט.

יצחק באַשעוויס, אַן אַנדער באַרימטער היסטאָרישער „פֿאָרווערטס‟־שרײַבער, האָט אינעם יאָר 1978 באַקומען זײַן נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַרטור. אין 1986 איז וויזל געוואָרן פֿאַקטיש דער צווייטער ייִדיש־שפּראַכיקער נאָבעל־לאַורעאַט; להיפּוך צו די דערמאָנטע פּאָליטישע טוער, האָט ער געוווּנען דעם פּריז גיכער ווי אַ שרײַבער, פּינקטלעכער — אַ גלענצנדיקער באַשרײַבער פֿונעם נאַצי־חורבן.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז די דאָזיקע צוויי פּערזענלעכקייטן זענען נישט די איינציקע ייִדיש־רעדער צווישן די נאָבעל־געווינער. שמואל־יוסף עגנון האָט אויך געשריבן דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש. זײַן פּריז האָט ער אָבער באַקומען פֿאַר די העברעיִשע ווערק.

אינעם „פֿאָרווערטס‟ האָט וויזל אָנגעהויבן שרײַבן ווי אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין 1956. פֿריִער האָט ער כּסדר געדרוקט זײַנע דערציילונגען, רעצענזיעס און פּובליציסטישע עסייען אין די פּאַריזער אויסגאַבעס „אונדזער וואָרט‟, „דער וועג‟ און „טעאַטער־שפּיגל‟. נאָכן אָנקומען קיין ניו־יאָרק האָט ער זיך געדרוקט אינעם „מאָרגן־זשורנאַל‟ און דעם „אַמעריקאַנער‟.

נאָכן איבערלעבן אַלע דרײַ לאַגערן פֿון דער טרויעריק באַרימטער אוישוויץ־סיסטעם, אַרײַנגערעכנט בירקערנאַו און בונאַ־מאָנאָוויץ, איז דער קומענדיקער שרײַבער פֿאַרשיקט געוואָרן קיין בוכענוואַלד. זײַנע טאַטע־מאַמע און די ייִנגערע שוועסטער ציפּורה זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן. צוליב דער שוידערלעכער מלחמה־דערפֿאַרונג, האָט וויזל אַנטוויקלט אַ באַזונדערס לעבעדיקן — אויב אַזאַ וואָרט לוינט זיך פֿאַר שילדערונגען פֿון דער נאַציסטישער טויט־מאַשין — סטיל פֿונעם רעאַליסטישן שרײַבן אויף דער חורבן־טעמע. דער עצם־נאָמען פֿון זײַן ערשטן זכרונות־ראָמאַן „און די וועלט האָט געשוויגן‟ איז גלײַכצײַטיק אַ שעפֿערישער און היימיש־פּשוטער. אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן איז דאָס ווערק באַקאַנט ווי „די נאַכט‟. דעם אָריגינעלן טיטל האָט זיך דעם מחבר אַליין נישט אײַנגעגעבן גענוי איבערצוזעצן פֿון ייִדיש. בסך־הכּל, האָט וויזל אָנגעשריבן 57 ביכער אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש און ענגליש.

(שײַכותדיקער אַרטיקל: //yiddish2.forward.com/node/3716)

אין די נעקראָלאָגן, וואָס זענען דערשינען די וואָך אין „ניו־יאָרק טײַמס‟, „האָרץ‟ און אויף דער וועבזײַט פֿון CNN, ווערט נישט דערמאָנט, אַז וויזל איז געווען, ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלער זשורנאַליסט פֿונעם קלאַסישן אַלטן שניט, אַן עכטער פּאָליגלאָט. הגם די ברייטע פּרעסע דערמאָנט, אַז זײַן קלאַסישער ראָמאַן “די נאַכט”, וואָס אינעם ייּדישן אָריגינאַל פֿאַרנעמט כּמעט 900 זײַטן, איז אין אַ פֿאַרקירצטער פֿאָרעם איבערגעזעצט געוואָרן אויף 30 שפּראַכן, וואָלט מען געדאַרפֿט אויך באַמערקן, אַז דער מחבר האָט מסתּמא געקאָנט פֿאַרשטיין אַ היפּשע העלפֿט פֿון די דאָזיקע איבערזעצונגען. אַחוץ לשון־קודש, רומעניש און אונגעריש — די שפֿת־המדינה פֿון זײַן טראַגיש אומגעקומענעם שטעלט־היימלאַנד — האָט ער פֿליסיק געקענט ענגליש, פֿראַנצויזיש און דײַטש.

אינעם יאָר 2009 האָט דער תּל־אָבֿיבֿער פֿאַרלאַג „משׂכּל‟ אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון וויזלס געקליבענע ווערק. אין דער הקדמה פֿון דער זאַמלונג שטייט געשריבן די אויסטערלישע השערה, אַז וויזלס „אמתדיק מאַמע־לשון‟ איז געווען העברעיִש, ווײַל ער האָט פֿון קינדווײַז אָן געקענט יסודותדיקע לשון־קודשדיקע ווערטער. יעדער חדר־ייִנגל אין סיגעט, אַרײַנגערעכנט די זיידעס פֿון די הײַנטיקע סאַטמאַרער, האָט זיכער געקענט פֿאַרשטיין לשון־קודש. די אַשכּנזישע הבֿרה, צו וועלכער דער שרײַבער איז געווען צוגעוווינט אין דער היים, האָט זיך אָבער נישט אונטערגעשיידט פֿון אַ טיפּישער אונגערישער שיל אין וויליאַמסבורג אָדער קרית־יואל. שפּעטער, װי אַ געבילדעטער נײַגעריקער מענטש, האָט וויזל זיך יאָ אויסגעלערנט דעם מאָדערנעם העברעיִש.

אינעם „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוו געפֿינען זיך הונדערטער אַרטיקלען, וואָס וויזל האָט אָנגעשריבן במשך פֿון צענדליקער יאָרן, אַרײַנגערעכנט לאַנגע המשכים אויף אַזעלכע לאַוו־דווקא דערהויבענע טעמעס, ווי זײַן ליגן אין שפּיטאָל נאָך אַן אויטאָ־אינצידענט אויף אַ ניו־יאָרקער גאַס. בײַ ס׳רובֿ שרײַבער וואָלט זיך אין אַזאַ פֿאַל באַקומען אַ נודנע גראַפֿאָמאַנישע מגילה. וויזל איז אָבער געווען מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען נישט בלויז די שוידערס פֿונעם חורבן, נאָר אויך כּלערליי פּשוטע לעבנס־אינצידענטן, אין פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילונגען. פֿונדעסטוועגן, שפּירט זיך אין זײַנע ווערק אַ געוויסע שטעטלדיקע פּשוטקייט. ווען ער וואָלט געדרוקט זײַנע דערציילונגען אין די חסידישע אויסגאַבעס, וואָלט דער עולם אים מסתּמא אויפֿגענומען מיט פֿאַרגעניגן ווי אַן עכטן סיגעטער. אינעם יאָר 2012 האָט וויזל פֿאַרעפֿנטלעכט אַן עסיי, וווּ ער דערקלערט, אַז הגם ער האָט ליב די ליובאַוויטשער און גייט כּסדר אין אַ חב״ד־שיל, בלײַבט ער אין זײַן האַרץ אַ פֿאַרברענטער וויזשניצער חסיד.

וויזלס פּאָליטישער אַקטיוויזם איז נישט אַלעמען געפֿעלן געוואָרן. די לינק־געשטימטע קריטיקער טענהן, אַז צו די פּאַלעסטינער און צו דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק האָט ער זיך באַצויגן ווי אַ שטאַרק רעכטער. אַ טייל פּעדאַגאָגן אין רוסלאַנד און אַנדערע לענדער זענען אויך נישט צופֿרידן מיט זײַן מיליטאַנטישן צוגאַנג צו דער חורבן־בילדונג, לויט וועלכער מע מוז איבעראַל באַקענען די קינדער מיט פּרטים פֿונעם נאַצי־גענאָציד.

אַזוי צי אַזוי, וואָלט וויזל מסתּמא נישט געקאָנט ווערן אַזאַ גרויסע וועלט־פֿיגור, ווען ער וואָלט נישט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ פֿילזײַטיקער ייִדישער שרײַבער. דווקא אין אַזאַ ראָלע וועט ער בלײַבן אינעם זכּרון פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. כּבֿוד זײַן אָנדענק!