ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published July 06, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

שװעדיש־ייִדישע זשורנאַליסטין באַשרײַבט רײַזע איבער איראַן בײַם „לימוד אָז 2016‟

אַניקע הערנראָט־ראָטשטײן אין איראַן, 2016
אַניקע הערנראָט־ראָטשטײן אין איראַן, 2016

„לימוד אָז‟ קומט פֿאָר אין אױסטראַליע יאָר אױס, יאָר אײַן — אײן יאָר אין מעלבורן און דאָס צװײטע יאָר אין סידנעי. הײַ־יאָר איז ער פֿאָרגעקומען אין מעלבורן, אױפֿן מעלבורנער קעמפּוס פֿון מאָנאַש אוניװערסיטעט אין קאָלפֿילד. ייִדן און אַנדערע, פֿון אױסטראַליע און פֿון אױסלאַנד, האָבן אָנגעפֿירט מיט רעפֿעראַטן און אַרבעט־סעסיעס אױף פֿאַרשײדענע טעמעס.

די שװעדישע זשורנאַליסטין אַניקע הערנראָט־ראָטשטײן האָט גערעדט װעגן דעם איראַנישן ייִדנטום און װעגן אירע צװײ רײַזעס קײן איראַן. אַן ערך 8,000 ייִדן װױנען אין איראַן הײַנט־צו־טאָג. אײנער פֿון זײ, ד״ר סיאַמאַק מאָרע סעדגזש, איז דער אײנציקער ייִד װאָס דינט איצט אינעם פּאַרלאַמענט פֿון דער איסלאַמישער רעפּובליק. ער איז אַ הײסער אַנטי־ציוניסט. הערנראָט־ראָטשטײן האָט אױך גערעדט װעגן אירע איבערלעבונגען װי אַ ייִדישער זשורנאַליסט אין איראַן. לױט איר, הערט מען נאָר אַנטי־ציוניסטישע פּאָליטיק פֿון די לאָקאַלע ייִדן װײַל זײ האָבן מורא אױסצודריקן מײנונגען װעלכע געפֿעלן נישט דער רעגירונג, װאָס האָט שױן אַרעסטירט לאָקאַלע ייִדן װעמען זי פֿאַרדעכטיקט אין זײַן ישראלדיקע שפּיאָנען.

אלי אָשאָראָװ, פֿון ישׂראל, און דער קאַנאַדישער פּראָפֿעסאָר מירע סוכאַראָװ האָבן גערעדט װעגן דעם לינקן עלעמענט הײַנט־צו־טאָג אין ישראל אין אַ פֿרעג־און־ענטפֿער פֿאָרמאַט. אָשאָראָװ האָט געשטעלט די פֿראַגעס און סוכאַראָװ, אַ ספּעציאַליסט אױף די באַציִונגען צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, האָט געענטפֿערט. לױט איר, איז דאָס לינקע פֿליגל נישט פּאָפּולער איצט אין מדינת־ישׂראל. זי האָט אױך גערעדט װעגן דעם שלום־פּראָצעס און װעגן דער עקאָנאָמישער לאַגע אין מדינת־ישׂראל.

דער סידנעיער רבֿ זלמן קאַסטעל, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער „צוזאַמען פֿאַרן הומאַניטעט“ פֿונדאַציע, האָט גערעדט צוזאַמען מיט טאַהאַ אַלאַם, אױך פֿון סידנעי. אַלאַם האָט פֿאַרלאָזט לבֿנון אין אײנעם מיט זײַן משפּחה אין 1982 און װױנט זינט דעמאָלט אין אַ סידנעיער געגנט װוּ עס װױנען פֿיל מוסולעמענער װעלכע שטאַמען אױך פֿון לבֿנון. זײער טעמע איז געװען „ייִדן, מוסולמענער, שׂינאה׃ אַ רעאַליסטישע רעאַקציע‟. אַלאַם האָט דערצײלט װי ער האָט שטאַרק מורא געהאַט װען קאַסטעל און ער האָבן זיך געטראָפֿן צום ערשטן מאָל, װײַל ער האָט דעמאָלט מורא געהאַט פֿאַר ייִדן.

אַן ענלעכע סעסיע איז דורכגעפֿירט געװאָרן פֿון דין שער, װאָס אַרבעט פֿאַר דער שטאַטישער רעגירונג פֿון װיקטאָריע, און אָמאַר אַבדאָ, אַן עקזעקוטיװ־מיטגליד פֿונעם איסלאַמישן ראַט פֿון װיקטאָריע. די מוסולעמענער רעדנער אױף בײדע סעסיעס האָבן גערעדט װעגן דער אַליענאַציע (אָפּפֿרעמדונג) פֿון יונגע מוסולעמענער אין אױסטראַליע.

דער געװעזענער „לײבאָר“ מלוכהמאַן ערעװאַן טאָרנלי האָט גערעדט װעגן דעם „טראָמפּיזם‟ װי אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿענאָמען. ער האָט גערעדט װעגן די אַמעריקאַנער װאַלן און אױך װעגן די „ברעקסיט“ װאַלן װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען לעצטנס אין בריטאַניע.

אַנדערע אינטערעסאַנטע סעסיעס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט ייִדישע פֿרױען, מיט װעלטלעכער ייִדישקײט אין ירושלים און װעגן דער העברעיִשער שפּראַך. דער אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר מאַרק קאַפּלאַן, אַ גאַסט פֿון אַמעריקע, האָט גערעדט װעגן שלום־עליכם און זײַן שאַפֿן צו זײַן 100סטן יאָרצײַט.

די „לײבאָר‟ און די „ליבעראַלע‟ פּאַרטײען זוכן אַקטיוו ייִדישע שטימען

ייִדן זײַנען זײער אַ קלײנער פּראָצענט פֿון דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג פֿון אױסטראַליע. דאָך, האָבן די אָנפֿירערס פֿון די צװײ גרעסטע פּאַרטײען אין לאַנד, די „לײבאָר‟ און די „ליבעראַלע‟ פּאַרטײען, אױסגעדריקט די האָפֿענונג אַז ייִדישע װײלערס װעלן אונטערשטיצן זײערע קאַנדידאַטן פֿאַרן רעפּרעזענטאַנטן־הױז און פֿאַרן סענאַט. בײדע האָבן דערמאָנט זײער ביז־אַהעריקע אונטערשטיצונג פֿון ייִדישע אינטערעסן און אױך זײער אונטערשטיצונג פֿון די אינטערעסן פֿון מדינת־ישׂראל.

אינעם אַלטן פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט האָבן ביז איצט געדינט דרײַ ייִדן. צװײ, מײַקל דענבי און מאַרק דרײפֿוס, זײַנען מיטגלידער פֿון דער „לײבאָר‟ פּאַרטײ און אײנער, דזשאָש פֿרײַדענבערג, איז אַ מיטגליד פֿון דער „ליבעראַלער‟ פּאַרטײ. אַלע דרײַ זײַנען דערװײלט געװאָרן און װעלן דינען אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט.