די אַקטריסע נינע ראָגאָוו זכרונה לבֿרכה

Yiddish Actress, Nina Rogow, Has Passed Away

פֿון דוד־אליהו פֿישמאַן

Published July 08, 2016, issue of June 25, 2016.

נינע ראָגאָוו (די פֿערטע, פֿון לינקס) אין אַן אויפֿפֿירונג פֿון גאָלדפֿאַדענס „קאַלדוניע‟ אין ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער
David E. Fishman
נינע ראָגאָוו (די פֿערטע, פֿון לינקס) אין אַן אויפֿפֿירונג פֿון גאָלדפֿאַדענס „קאַלדוניע‟ אין ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער

עס איז אַוועק אין דער אייביקייט איינע פֿון די שענסטע און איידלסטע מענטשן פֿון עלטערן דור, די ייִדישע אַקטריסע נינע ראָגאָוו, צו 93 יאָר.

נינע איז אויפֿגעוואַקסן אין דער סאָוועטישער מינסק, אָבער קיין שפּורן פֿון „סאָוועטישקייט‟ זײַנען אויף איר ניט געבליבן. אירע עלטערן זענען געווען ייִדישע פֿאָלקסמענטשן, און האָבן זי געשיקט אין אַ סאָוועטיש־ייִדישער שול. קורץ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט נינע זיך אָנגעשלאָסן אין אַנסאַמבל פֿון ווײַסרוסישן ייִדישן מלאכה־טעאַטער, וווּ זי איז געווען די סאַמע ייִנגסטע אַקטריסע אין טעאַטער. דאָרטן, אויף דער בינע, האָט זי געטראָפֿן איר מאַן, דעם אַקטיאָר דוד ראָגאָוו, וואָס איז געהאַט אַריבערגעפֿאָרן פֿון דער אַנעקסירטער ווילנע קיין מינסק אין 1940.

נאָכן דײַטשישן אָנפֿאַל האָט דער טעאַטער זיך עוואַקויִרט קיין נאָוואָסיבירסק, טיף רוסלאַנד, וווּ נינע און די אַנדערע אַקטיאָרן האָבן געליטן פֿון הונגער, אָבער האָבן פֿאָרט איבערגעלעבט די מלחמה. נינעס טאַטע־מאַמע, ברודער און שוועסטער זענען אומגעקומען אין מינסקער געטאָ.

נאָך דער מלחמה, האָבן דוד און נינע זיך געזעגנט מיטן סאָוועטישן „גן־עדן‟ און זענען אַריבערגעפֿאָרן דורך פּוילן קיין דײַטשלאַנד, וווּ זיי האָבן זיך פֿאַראייניקט מיט די מאַסן פֿון דער שארית־הפּליטה. פֿיר יאָר צײַט האָבן זיי צוזאַמען געשטעלט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען אין די „די־פּי‟־לאַגערן. דאָס איז, דאַכט זיך, געווען דער הויכפּונקט פֿון איר קינסטלערישער קאַריערע — ברענגען אַ טרייסט און אַ ברעקל פֿרייד די לעבן־געבליבענע פּליטים. אין מינכן איז אויך געבוירן געוואָרן נינע און דודס איין־איינציקע טאָכטער, לילי ע״ה.

אין 1950 זײַנען דוד און נינע אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זיי האָבן זיך באַזעצט אין קווינס, ניו־יאָרק, וווּ זיי זענען געווען שכנים און גוטע־פֿרײַנד מיטן ווילנער קולטור־טוער און זכּרון־טרעגער לייזער ראַן. דאָ האָבן זיי ממשיך געווען זייער בינע־טעטיקייט, מיט מאָריס שוואַרצס טעאַטער, מיט דער „פֿאָלקסבינע‟ און אין אַנדערע טרופּעס.

די ראָגאָווס האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער ייִדישער קולטור־וועלט אין ניו־יאָרק. אויפֿן בילד (פֿון רעכטס): די זינגערין און אַקטריסע ריטאַ קאַרפּינאָוויטש; דער „נאָבעל‟־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס־זינגער; נינע און דוד ראָגאָוו, בעת אַן אונטערנעמונג אינעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, אין די 1970ער יאָרן
די ראָגאָווס האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער ייִדישער קולטור־וועלט אין ניו־יאָרק. אויפֿן בילד (פֿון רעכטס): די זינגערין און אַקטריסע ריטאַ קאַרפּינאָוויטש; דער „נאָבעל‟־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס־זינגער; נינע און דוד ראָגאָוו, בעת אַן אונטערנעמונג אינעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, אין די 1970ער יאָרן

מיט דער צײַט האָט נינע פֿאַרלאָזט דאָס טעאַטער־שפּילן, איבערלאָזנדיק יענע „בראַנזשע‟ אין דודס הענט. זי האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט אינעם לאַנדסמאַנשאַפֿט־אָפּטייל פֿונעם „פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל‟ (UJA), וווּ זי איז געווען די ייִדישע מאַשיניסטקע און סעקרעטאַרשע — און בײַ אַלעמען אַ באַליבטע מיטאַרבעטערין. אָבער וואָס פֿאַר אַן אַרבעט זי זאָל ניט האָבן געטאָן, איז נינע פֿאַרבליבן אַ טייל פֿון דער ייִדישער טעאַטער־משפּחה ביזן סוף פֿון אירע טעג. זי האָט זיך נאָענט געחבֿרט מיט די אַקטריסעס שפֿרה לערער און ליליאַן לוקס, און האָט אָנגעקניפּט פֿרײַנדשאַפֿטן מיט ייִנגערע אַמעריקאַנער־געבוירענע אַקטיאָרן.

נאָך דעם ווי דוד, שפֿרה, ליליאַן און אַנדערע נאָענטע חבֿרים זענען מער נישט געווען צווישן די לעבעדיקע, האָט זי געאַרבעט אויף די טעאַטער־זאַמלונגען אין ייִוואָ, ווי אַ פֿרײַוויליקע. בײַם אויססדרן די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט זי דערקענט די פּנימער פֿון אַלע אַקטיאָרן.

הגם איך האָב געקענט נינען פֿון זינט איך בין געווען אַ 14־יאָריק ייִנגל (ווען אונדזערע ביידע משפּחות האָבן עטלעכע יאָר געוווינט אין ירושלים), האָב איך זי קיין מאָל ניט געזען אויפֿטרעטן אויף דער בינע. אָבער אויף דער „בינע פֿון לעבן‟ האָב איך זי יאָ געזען שפּילן, און די דאָזיקע ראָלע האָט זי אויסגעפֿירט ווי אַ מײַסטער. אַזאַ וואַרעמע רויִקייט, אַזאַ גראַציעזע אצילות האָב איך נאָך בײַ קיינעם ניט געזען, דערצו נאָך בײַ אַ מענטשן, וואָס האָט זיך אַזוי פֿיל אָנגעליטן.

איר באַציִונג מיט דודן איז געווען אַ מוסטער פֿון אַ גליקלעך צוזאַמענלעבן, ממש די פֿאַרקערפּערונג פֿון שלום־בית. אויך איר געטרײַע פֿרײַוויליקע אַרבעט אין ייִוואָ — זי פֿלעג קומען אַהין אַפֿילו אין שנייען און פֿרעסט — איז געווען אַן אופֿן ווי זיך צו פֿאַראייניקן מיט דודן, שוין נאָך זײַן טויט. דוד איז עטלעכע יאָרצענדליק געווען אַ מיטאַרבעטער פֿון „גרויסן ווערטערבוך‟ און פֿון ייִוואָ, און די ייִוואָ־סבֿיבֿה איז געווען זײַן צווייטע היים.

נינע האָט אויף איר שטילן, פּשוטן און ווירדיקן אופֿן אַרויסגערופֿן ליבשאַפֿט בײַ מענטשן. זי איז געוואָרן ווי אַ דריטע באָבע פֿאַר מײַנע קינדער, עליע און סאָניע.

אויב נינע האָט דערלעבט אַזאַ טיפֿן עלטער, קאַרגע צוועלף יאָר נאָכן שווערן קלאַפּ פֿון דודס אַוועקגיין, האָט מען עס צו פֿאַרדאַנקען, ערשטנס, איר ניט־אויסשעפּלעכן דראַנג צו געניסן פֿון לעבן: ערשט אַ פּאָר טעג פֿאַר איר פּטירה איז זי געפֿאָרן אויף אַ שיף־אַרויספֿלוג („קרוז‟) איבער די קאַריבן־אינדזלען.

צווייטנס, האָט מען עס צו פֿאַרדאַנקען צוויי „מלאכים‟, וואָס האָבן געשוועבט איבער איר, טאָג און נאַכט, און זיך אָפּגעגעבן מיט אַלע אירע באַדערפֿענישן: שושנה וואָלקאָוויטש און גדליה (קאָרי) ברײַער. גדליה איז ממש געווען נינעס געטרײַער זון. לאו כּל אָדם זוכה, נישט יעדער מענטש איז זוכה צו אַזאַ געטרײַשאַפֿט, אָבער נינע האָט עס כּשר פֿאַרדינט. נינע, דו וועסט אונדז שטאַרק אויספֿעלן!