פּאָמפּייע־אויסשטעלונג אין מאָנטרעאָל

Pompeii Exhibit in Montreal

אָפּגעהיטע פֿיגורן פֿון די אומגעקומענע, בעת דעם וווּלקאַן־אויסבראָך אין פּאָמפּייע, אינעם יאָר 82 לויט דער איצטיקער צײַט־רעכענונג
Dawn Matveev
אָפּגעהיטע פֿיגורן פֿון די אומגעקומענע, בעת דעם וווּלקאַן־אויסבראָך אין פּאָמפּייע, אינעם יאָר 82 לויט דער איצטיקער צײַט־רעכענונג

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 12, 2016, issue of July 27, 2016.
אַ פּאָמפּייער מאָזאַיִק, וואָס מע האָט געפֿונען צווישן די חורבֿות
Dawn Matveev
אַ פּאָמפּייער מאָזאַיִק, וואָס מע האָט געפֿונען צווישן די חורבֿות

אינעם מאָנטרעאָלער „מוזיי פֿון פֿײַנער קונסט‟ קומט איצט פֿאָר אַן אויסערגעוויינטלעכע אויסשטעלונג וועגן דער אוראַלטער רוימישער שטאָט פּאָמפּיי.

בעת דער פּרעזענטאַציע אין טאָראָנטאָ, מיט אַ יאָר צוריק, האָט די אויסשטעלונג צוגעצויגן 273,000 באַזוכער; פֿאַר די תּושבֿים פֿון מאָנטרעאָל וועט זי בלײַבן אָפֿן ביזן 5טן סעפּטעמבער. די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿונעם „קיניגלעכן אָנטאַריאָ־מוזיי‟ אין טאָראָנטאָ, דעם אַרכעאָלאָגישן מוזיי פֿון נעאַפּאָל און די קולטור־אינסטאַנצן אין דער פּאָמפּייע־געגנט.

הרבֿ דוד־שלמה גאַנז, איינער פֿון די ערשטע ייִדיש־רעדנדיקע מחברים מיט אַן ערנסטער וויסנשאַפֿטלעכער בילדונג (געלעבט האָט ער אינעם 16טן יאָרהונדערט), דערציילט אין זײַן היסטאָריאָגראַפֿישן ספֿר „צמח דוד‟, אַז אַרום דעם יאָר ג׳תתמ״ג אָדער 82 לויט דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג איז אַרויסגעקומען פֿײַער פֿונעם גרויסן באַרג מיטן נאָמען „וויזוביוש‟ (וועזוּוויוס) לעבן נעאַפּאָל און האָט אומגעבראַכט די אַרומיקע שטעט; אַ סך מענטשן און בהמות זענען אומגעקומען: „אָדם ובהמה רבה‟.

גאַנז איז ניפֿטר געוואָרן אין 1613. פֿריִער, אינעם יאָר 1599, האָט דער אַרכיטעקט דאָמעניקאָ פֿאָנטאַנאַ אַנטדעקט אונטער דער ערד לעבן נעאַפּאָל, על־פּי צופֿאַל, אוראַלטע פּאָמפּייער קונסט־ווערק, וועלכע האָבן אים פֿאַרחידושט צוליב זייער אויסגעשפּראָכענעם סעקסועלן כאַראַקטער. בדרך־כּלל, אַחוץ דער דאָזיקער טשיקאַווער אַנטדעקונג און היסטאָרישע נאָטיצן, האָבן די אַרכעאָלאָגן ערשט אינעם 18טן יאָרהונדערט אָנגעהויבן אויסגראָבן די וווּנדערלעך גוט אָפּגעהיטע רויִנען. זינט דעמאָלט האָבן די פֿאָרשער געזאַמלט אין דער פּאָמפּייע־געגנט אַ ריזיקן אוצר עקספּאָנאַטן און ידיעות, וואָס דערמעגלעכן זיך פֿאָרצושטעלן דעם רוימישן לעבנס־שטייגער מיט אַלע פּיטשעווקעס.

דער ייִדישער חורבן ווערט אַסאָציִיִרט מיטן אַש פֿון די פֿאַרברענטע קרבנות. להיפּוך, איז פּאָמפּייע אָפּגעהיט געוואָרן דווקא צוליב דעם 30־פֿוסיקן אַש־שיכט, אונטער וועלכן עס זענען אָפּגעהיט געוואָרן פּרטימדיקע געשטאַלטן פֿון די אומגעקומענע, אַרײַנגערעכנט זייערע פּנימער און קליידער. די אַרכעאָלאָגן האָבן שוין פֿאַרוואַנדלט אין גיפּסענע און פּעך־פֿיגורן ס׳רובֿ פֿון בערך 2,000 אומגעקומענע פּאָמפּייער, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע רירנדיקע בײַשפּילן, ווי מאַמעס מיט קליינע קינדער אָדער דערשראָקענע מתפּללים אויף די קני, ווי אויך שטוב־חיות און פֿאַרשיידענע אָביעקטן. פּאַראַדאָקסיש, איז אַ גאַנצע רוימישע שטאָט פֿאַרגליווערט געוואָרן ווי אַ קאַדער פֿון אַ פֿילם דווקא צוליב דעם וווּלקאַן־אויסבראָך.

פֿון דער ייִדישער פּערספּעקטיוו, איז די אויסשטעלונג גאָר באַלערנדיק. די חז״ל האָבן פֿאַרווערט צו באַזוכן די צירקן און טעאַטערס. הגם מע ווייסט, אַז אין יענער תּקופֿה זענען די רוימישע צירקן געווען צענטערס פֿון בלוטיקע פֿאַרמעסטן, שאַפֿן די עכטע כּלי־זיין פֿון גלאַדיאַטאָרס אַ באַזונדערס שטאַרקן רושם. דאָס קוקן, ווי אַזוי די פֿאַרשקלאַפֿטע מענטשן פֿאַרגיסן בלוט און ווערן דערהרגעט אויף צירק־אַרענעס איז געווען די באַליבטסטע רוימישע פֿאַרווײַל־אונטערנעמונג.

רבי שמעון בר יוחאָי האָט פֿאַרדאַמט די רוימער און געטענהט, אַז זיי האָבן אויפֿגעשטעלט שיינע מאַרק־פּלעצער פֿאַר די זונות, בתּי־מרחץ פֿאַר זייערע אייגענע תּאווות און בריקן, כּדי צו זאַמלען שטײַערן. אַ סך עקספּאָנאַטן אויף דער הײַנטיקער מאָנטרעאָלער אויסשטעלונג דערמעגלעכן זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס דער באַרימטער תּנא האָט געמיינט. די עראָטישע סצענעס, מיט וועלכע די רוימער פֿלעגן באַצירן זייערע בעדער און שאַנד־הײַזער, קאָנען נאָך אַלץ פֿאַרחידושן מיט זייערע ווילדע פֿאַנטאַזיעס. אין דער שטאָט האָט געהערשט אַ ריזיקע אומגלײַכקייט צווישן די עשירים, אָרעמע־לײַט און די רעכטלאָזע שקלאַפֿן.

אויף אַ טשיקאַווער פּרײַז־טאַבעלע פֿון אַמאָליקע פּאָמפּייער שׂכירות און סחורות, אויסגעשטעלט אינעם מוזיי, ווערט דערקלערט, אַז צו פֿאַרברענגען מיט אַ זונה האָט געקאָסט בערך די זעלבע סומע, ווי פֿיר פֿלעשער ווײַן; אין פֿאַרגלײַך מיטן רווח פֿון די אָרטיקע מיליאָנערן און פּאָליטיקער איז עס אָבער געווען אַ נישטיקער שיבוש. אין דעם פֿאַל באַקומט זיך, אַז די פּרײַז־פּראָפּאָרצן האָבן זיך נישט געביטן צופֿיל במשך פֿון 2,000 יאָר.

אויף דער טאַבעלע ווערט אָבער נישט דערמאָנט, אַז די דערמאָנטע זונה, מאַריִאַ, איז געווען אַ ייִדיש מיידל. די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז איר קאַריערע האָט זי אָנגעהויבן ווי אַ שקלאַפֿין, אָבער במשך פֿון דער צײַט האָט זיך איר אײַנגעגעבן צו ווערן אַ מער חשובֿע קורטיזאַנקע. זנות האָט געבליט אין פּאָמפּייע אויף יעדן ווינקל, און פֿאַר די אָרעמע־לײַט האָט געדינט ווי אַ פּאָפּולערע פּרנסה.

לכל־הפּחות איינער פֿון די פּאָמפּייער גלאַדיאַטאָרס איז אויך געווען אַ ייִד, וועלכער האָט געטראָגן אַ העלם באַצירט מיט אַ פּאַלמע־בוים, אַ סימן פֿון זײַן ייִדישקייט. עס קאָן זײַן, אַז דער קעמפֿער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן בעת דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער אינעם יאָר 70, און איז פֿאַראורטיילט געוואָרן צו שלאָגן זיך אויף די אַרענעס.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די אָרטיקע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די דערמאָנטע זונה און דעם גלאַדיאַטאָר, האָבן אָפֿענערהייט שטאָלצירט מיט זייער אמונה. בעצם, איז פּאָמפּייע געווען אַ טאָלעראַנטע שטאָט, וווּ די תּושבֿים, פֿאַרנומען מיט זייערע פּראַגמאַטישע עסקים און פֿאַרגעניגנס, האָבן געהאַט דרך־ארץ פֿאַר כּלערליי מינים מענטשן, וואָס שייך זייער אָפּשטאַם. אין דער אַכזריותדיקער רוימישער סיסטעם איז אָבער אַ שקלאַף געבליבן אַ שקלאַף, און בעת די בלוטיקע צירק־שפּילערײַען האָבן די צוקוקער געמעגט פֿאַרמישפּטן דעם פֿאַרשפּילטן שלעגער „אויף טשיקאַוועס‟ צום טויט.

אַ טייל פֿון די עקספּאָנאַטן אויף דער מאָנטרעאָלער אויסשטעלונג
Dawn Matveev
אַ טייל פֿון די עקספּאָנאַטן אויף דער מאָנטרעאָלער אויסשטעלונג

אין 2003 האָבן קאַרלאָ און איסידאָראָ קאַן־דזשאָרדאַנאָ אַרויסגעגעבן אויף איטאַליעניש אַ בוך וועגן דעם ייִדישן לעבן און פּאָמפּייע און די אַרומיקע שטעט, וואָס זענען אויך צעשטערט געוואָרן בעת דעם וווּלקאַן־אויסבראָך. דערווײַל בלײַבט אָבער ווייניק אויסגעפֿאָרשט אַן אַנדער טעמע: ווי אַזוי האָבן די ייִדן אינעם 1טן יאָרהונדערט און אין די שפּעטערדיקע תּקופֿות רעאַגירט אויף דער פּאָמפּייער וווּלקאַן־טראַגעדיע?

למשל, איינער אַ ייִד האָט איבערגעלאָזט אין פּאָמפּייע אַ גראַפֿיטי מיט די ווערטער „סדום און עמורה‟. די דערמאָנטע פֿראַזע אין „צמח דוד‟ שטאַמט פֿונעם תּנ״ך; דער אייבערשטער האָט געזאָגט דעם נבֿיא יונה, אַז ער וועט נישט צעשטערן נינווה, וווּ עס וווינען „אָדם.. ובהמה רבה‟. גאַנז איז אָבער קלאָר מרמז אין זײַן ספֿר אויף אַ געטלעכער שטראָף פֿון פּאָמפּייע.

אַ טייל רוימישע מחברים האָבן אויפֿגענומען די פּאָמפּייער קאַטאַסטראָפֿע ווי אַן אַפּאָקאַליפּטיש געשעעניש. די קאַטאַסטראָפֿע איז אויסגעבראָכן גלײַך אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן דער חגא, ווען די געצנדינער האָט זיך געבוקט צו וווּלקאַן, זייער גאָט פֿון פֿײַער און וווּלקאַנען. דער באַרג האָט זיך אויפֿגעריסן נישט לאַנג נאָך תּישעה־באָבֿ; דעם 24סטן אויגוסט אינעם יאָר 79, מיט 9 יאָר נאָכן חורבן־בית־המיקדש.

אינעם פֿערטן בוך פֿונעם גריכיש־ייִדישן אַפּאָקריף „חזון הסבֿילות‟ ווערט די פּאָמפּייער קאַטאַסטראָפֿע בפֿירוש באַטראַכט ווי אַן עונש פֿאַרן פֿאַרברענען דעם בית־המיקדש. דערצו, האָט די צעשטערטע שטאָט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם רוימישן פֿירער פּאָמפּיי, וועלכער האָט מבֿטל געווען דאָס מלכות־חשמונאָים און פֿאַרוואַנדלט ארץ־ישׂראל אין אַ רוימישן אונטערטאַן.

למעשׂה, ווי עס האָבן באַשטעטיקט די הײַנטיקע פֿאָרשער, זענען ס׳רובֿ פֿון די 20,000 פּאָמפּייער אײַנוווינער אַנטלאָפֿן באַצײַטנס פֿון דער שטאָט. בערך יעדער צענטער פֿון זיי איז אָבער, נעבעך, אומגעקומען בעת אַ פּלוצעמדיקן קלאַפּ פֿון טויטלעך־הויכער טעמפּעראַטור.

הגם וועזוּוויוס בלײַבט אַן אַקטיווער וווּלקאַן, קאָן מען הײַנט פֿאָרויסזאָגן די קומענדיקע מעגלעכע אויסבראָכן און עוואַקויִרן די געגנט, אַ דאַנק דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט מיט דערפֿאָלג געראַטעוועט די געגנט אין מאַרץ 1944. בײַם סוף פֿון דער אויסשטעלונג ווערט געוויזן אַ דאָקומענטאַלער פֿילם וועגן דעם לעצטן גרויסן וועזוּוויוס־אויסבראָך בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. צום באַדויערן, האָט אָבער דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערט געוויזן, אַז אַפֿילו אָן קיין וווּלקאַנען קאָנען די מענטשן פֿאַרטיליקן איינער דעם צווייטן ערגער, ווי וועלכע־ניט־איז נאַטירלעכע קאַטאַסטראָפֿע.