דרום־אַפֿריקאַנער ייִדן לויבן ליטווישן בירגערשאַפֿט־שריט

South African Jews Praise Lithuanian Citizenship Amendment

אַ גאַס אין קאָוונע, ליטע, וווּ עס האָבן פֿאַרן חורבן געוווינט צווישן 35,000 און 40,000 ייִדן
Wikimedia Commons
אַ גאַס אין קאָוונע, ליטע, וווּ עס האָבן פֿאַרן חורבן געוווינט צווישן 35,000 און 40,000 ייִדן

פֿון ייִט״אַ

Published July 15, 2016, issue of July 27, 2016.

די ייִדישע קהילה אין דרום־אַפֿריקע האָט געלויבט די ענדערונגען, וואָס די ליטווישע רעגירונג האָט לעצטנס דורכגעפֿירט, כּדי צו דערמעגלעכן די געוועזענע ליטווישע בירגער און זייערע אָפּשטאַמלער צו ווערן ליטווישע בירגער.

אין אַ דערקלערונג פּובליקירט מיטוואָך, האָבן די פֿאָרשטייער פֿונעם „ראַט פֿון די דרום־אַפֿריקאַנער ייִדן‟ באַגריסט די בײַטן, וואָס זיי האָבן געהאַט לכתּחילה געהאַט פֿאָרגעלייגט בײַ דער ליטווישער רעגירונג. ס׳רובֿ פֿון די דרום־אַפֿריקאַנער ייִדן שטאַמען פֿון ליטע, האָט דער ראַט געזאָגט.

די ענדערונג אינעם געזעץ, וואָס די ליטווישע פּרעזידענטין דאַליאַ גריבאַוסקײַטע האָט אונטערגעשריבן, באַזײַטיקט די פֿריִערדיקע שוועריקייטן פֿאַר געוועזענע ליטווישע בירגער, וואָס האָבן געוווינט אין ליטע צווישן 1918 און 1940, צוריקצובאַקומען זייער בירגערשאַפֿט.

פֿאַרן בײַט האָבן דער ליטווישער „מיגראַציע־דעפּאַרטאַמענט‟ און די געריכטן געפֿאָדערט, אַז די ליטוואַקעס מוזן אָנגעבן קאָנקרעטע באַווײַזן, אַז זיי אָדער זייערע אָבֿות זענען גערודפֿט געוואָרן אין ליטע צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.

לויטן געביטענעם געזעץ, שטייט קלאָר געשריבן אַז יענע ליטווישע בירגער וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון ליטע ערבֿ דעם חורבן, און זייערע יורשים, האָבן אויך דאָס רעכט צוריקצובאַקומען די בירגערשאַפֿט. דאָס געזעץ איז געוואָרן חל דעם 7טן יולי, נאָכן ווערן איינשטימיק אָנגענומען אינעם ליטווישן פּאַרלאַמענט.

דער געוועזענער ליטווישער אַבאַסאַדאָר אין ישׂראל און דרום־אַפֿריקע, דאַריוס דעגוטיס, האָט באַצייכנט דאָס געענדערטע געזעץ ווי „אַ גרויסער אויפֿטו‟ בײַם פֿאַרבינדן די ליטוואַקעס, בפֿרט דעם ייִשובֿ אין דרום־אַפֿריקע, מיטן היימלאַנד פֿון זייערע אָבֿות.

„ס׳טוט מיר הנאה צו זען די טרײַשאַפֿט פֿון די דרום־אַפֿריקאַנער ליטוואַקעס צו זייער ליטווישער קולטור־ירושה, און זייער פֿאַרלאַנג אויפֿצוהאַלטן די ליטוויש־ייִדישע טראַדיציעס,‟ האָט דעגוטיס, וועלכער האָט געדינט ווי דער אַמבאַסאַדאָר פֿון 2009 ביז 2014, באַמערקט.

„ס׳האָט מיך שטאַרק גערירט צו טרעפֿן הונדערטער דרום־אַפֿריקאַנער ליטוואַקעס, וואָס האָבן אפֿשר קיין מאָל נישט באַזוכט ליטע, אָבער קענען גוט די לעבן־געשיכטעס פֿון זייערע ליטוויש־געבוירענע באָבע־זיידעס. זיי האָבן אונדז אויך געוויזן אַלטע ליטווישע פּאַספּאָרטן, משפּחה־דאָקומענטן און פֿאָטאָגראַפֿיעס.

„איך בין זיכער, אַז די מעגלעכקייט אומצוקערן זיי די ליטווישע בירגערשאַפֿט וועט נאָך מער דערנענטערן אונדזערע צוויי פֿעלקער,‟ האָט דעגוטיס צוגעגעבן.