פֿרויען, די שטאָט און דער ייִדישער טעאַטער

Women, The City and the Yiddish Theater

אַליסאַ קווינט פֿון ייִוואָ
Sheridan Gayer
אַליסאַ קווינט פֿון ייִוואָ

פֿון עדי מהלאל

Published July 20, 2016, issue of July 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נינאַ וואַרנקע פֿון וואַנדערבילט־אוניווערסיטעט האָט געגעבן אַן אויסגעצייכנטע רעדע וועגן די מעמואַרן פֿון ייִדישע אַקטריסעס, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אין המשכים אין דער פּרעסע. וואַרנקע האָט זייער שיין פֿאַרגליכן צווישן אַזעלכע פֿיגורן ווי בעסי טאָמאַשעווסקי, קעני ליפּצין, און בינאַ אַבראַמאָוויטש, און האָט געוויזן ווי זיי האָבן געשאַפֿן זייערע לעבנס־נאַראַטיוון לטובֿת פֿאַרשידענע סיבות. די ווערק האָבן נישט געהאַט קיין בפֿירושע סעקסועלע באַשרײַבונגען, אָבער די וויכטיקייט פֿונעם סעקסועלן מאָטיוו האָט תּמיד געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם לעבן פֿון די בינע־אַקטריסעס. ווי יונגע אַרטיסטקעס האָבן זיי שטענדיק געמוזט באַלאַנסירן צווישן דעם צוצי פֿון די „פֿאַרבאָטענע‟ זאַכן פֿון איין זײַט, און דער וויכטיקייט פֿון אויפֿהאַלטן די אייגענע רעפּוטאַציע פֿון דער צווייטער.

די צווייטע סעסיע איז געווידמעט געוואָרן די אַרכיוון, מיט רעדעס וועגן די קאָלעקציעס בײַם ייִוואָ, NYPL, און דעם מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. מרים־חיה סגל פֿון NYPL האָט געגעבן אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן זייערע קאָלעקציעס, וואָס נעמען, למשל אַרײַן, נישט־פּובליקירטע פּיעסעס. זי האָט אויך דערמאָנט אירע באַליבטסטע פֿיגורן ווי פּעפּי ליטמאַן, וואָס פֿלעגט טראָגן מענערישע קליידער, און וואָס מע קען הערן אירע רעקאָרדירונגען פֿון 1908; און פֿון דער גראָבער „יענטע טעלעבענדע‟, וואָס איז כּדאַי ווידער אַמאָל אָפּצושאַצן. סגל מיינט אַז מע קען הײַנט קוקן אויף איר גראָבקייט מיט פּאָזיטיווע אויגן, און באַטראַכטן זי ווי אַ שטאַרקע ווײַבלעכע געשטאַלט, בעת זי זינגט, למשל, „אַלע קינדער שרײַען ווען זיי זעען מיך אין סטריט‟.

דוד מאַזאָווער פֿון לאָנדאָן רעדט וועגן פֿאַני עפּשטיין
Sheridan Gayer
דוד מאַזאָווער פֿון לאָנדאָן רעדט וועגן פֿאַני עפּשטיין

די קורצע קאָנפֿערענץ האָט זיך געענדיקט מיט דוד מאַזאָווערס פֿאַרכאַפּנדיקער שליסל־רעדע, וועגן דעם אומגעוויינטלעכן לעבן פֿון דער כּמעט־פֿאַרגעסענער אַקטריסע פֿעני עפּשטיין. ווי אַ יונג מיידל איז זי אַנטלאָפֿן פֿון איר שטרענגער, אָרעמער משפּחה פֿון פּויליש־ייִדישע אימיגראַנטן אין לאָנדאָן. זי האָט אַרומגעוואַנדערט צווישן לענדער און קאָנטינענטן, האָט געהאַט אַ סך געליבטע, זיך געגט, פֿאַרמאָגט ממון־קורח און דערנאָך געשטאָרבן פֿון קדחת אין וואַרשע, וווּ זי מע האָט זי באַגראָבן. אין צווישן האָט זי אַנטוויקלט אַ קאַריערע ווי אַן אַקטריסע אינעם ייִדישן טעאַטער.

צום גליק, רעדט מען אפֿשר וועגן אַרויסגעבן אַ באַנד וועגן דער קאָנפֿערענץ־טעמע, וואָס וועט אַרײַנעמען אָט די רעדעס און נאָך שײַכותדיקע אַרטיקלען.