אַרטיסטן שטעלן זייער חסידישן עבֿר אויף דער בינע

Artists Bring Their Hasidic Past to the Stage

גאָלדי האָפֿמאַן
Ralph Gabriner
גאָלדי האָפֿמאַן

פֿון מאַשע פֿאָגעל

Published July 27, 2016, issue of July 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער עולם, באַזונדערס די, װאָס פֿאַרשטײען ייִדיש, צעלאַכן זיך אויף אַ קול. אַפֿילו אַז מען כאַפּט נישט די װערטער, קען מען סתּם לאַכן פֿון די מאָדנע, קאָמישע זשעסטן און באַװעגונגען פֿון אלעזר טװערסקי, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר. אַ מאָל, אין אַ געװעזענעם לעבן, איז ער געװען… אַ בדחן.

נאָכן קאָמישן סטאָליער קומט אַרױף אױף דער סצענע די שײנע מעליסאַ װײַס, אין דער ראָלע פֿון אַ יונגער פֿרױ, װאָס פּראָבירט געבן צו פֿאַרשטײן איר משפּחה, װער זי איז באמת, פֿאַרװאָס זי לעבט נישט אַזױ װי די עלטערן, און, באַזונדערס, פּרוּװט זי אַלײן צו פֿאַרשטײן װער זי איז… אָבער קריכן קריכט זי אױף די גלאַטע װענט. מעליסאַ איז אױך אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטריסע. זי און אלעזר האָט איר אפֿשר געזען אין „פֿעליקס און מײראַ‟, דער קאַנאַדער פֿילם װאָס האָט פֿאַראַיאָרן געהאַט אַ גרױסן סוקצעס.

דאַן הײבט זיך אָן אַ לעבעדיקער טאַנץ, עכט חבדיש. דאָס טאַנצט גאָלדי האָפֿמאַן, אַ געבוירענע בײַ אַ ליובאַװיטשער משפּחה פֿון קאַנאַדע, הײַנט אַן אַקטריסע אין קאַליפֿאָרניע. די פֿיר אַנדערע אַקטיאָרן זינגען לידער פֿון זײער חסידישן אָדער חבדסקער הינטערגרונט, און גאָלדי רעאַגירט דערױף מיט פֿײַער, מיט געלעכטער און מיט טרערן. מילענאַ קאַרטאָװסקי האָט געװאָלט אַז די אַקטיאָרן זאָלן זיך לערנען װי אױסצוניצן זײער גאַנצן קערפּער און אױך זײער קול, װאָס איז שװערער געװען פֿאַר די מײדלעך אײדער פֿאַר די מענער… זײ האָבן זיך געלערנט זינגען אַלע צוזאַמען, נישט סתּם פֿאַר זיך אַלײן, „אַזױ װי דער כאָר אין דעם קלאַסישן טעאַטער פֿון גריכישן רעפּערטואַר‟, האָט מילענאַ דערקלערט דעם „פֿאָרװערטס‟.

גאָלדי האָפֿמאַן איז דער עקספּערימענט שטאַרק געפֿעלן. עס האָט באַזונדערס אָנגעצונדן אין איר, שרײַבט זי אין אַ בליצבריוו, דעם װילן צו שפּילן אױף ייִדיש — אַ שפּראַך װאָס זי האָט שױן לאַנג נישט גענוצט. זי פּלאַנירט אָנצוהייבן אַ ייִדישע סעריע אױפֿן װעב אָדער אױף דער טעלעװיזיע.

נאָך גאָלדי קומט די אײדעלע, חנעוודיקע עטי, לױט איר סצענע־נאָמען. אַ יונגע פֿרױ מיט בלאָנדע האָר, איז זי נישט קײן פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטריסע. זי איז אָבער אַן אַרטיסט, אַ מאָלער. „פֿון דעם פּראָיעקט האָב איך געהערט דורך מײַן גוטער חבֿרטע מעליסאַ װײַס,‟ דערצײלט זי. „װען איך האָב זיך באַקענט מיט מילענאַ, האָב איך גלײַך געװוּסט, אַז זי איז אַן אַמתער אַרטיסט. פֿון ערשטן אױגנבליק איז זי מיר זײער שטאַרק געפֿעלן‟. יעצט אױף דער סצענע, דערצײלט זי זײער אַ שײנע און קאָמישע מעשׂה װעגן די שאלות װאָס װײַבער האָבן אַ מאָל געהאַט פֿאַר איר הײליקן זײדן, אַ רבי, אַ צדיק…

סוף־כּל־סוף האָט מען דעם גרױסן פֿאַרגעניגן צו הערן דאָס געזאַנג. אלי ר. — דער אַמאָליקער חזן און איצטיקער אַדװאָקאַט זינגט מיט האַרץ און געפֿיל. מיט אים זינגט אױך אלעזר. בײדע האָבן אױסערגעװײנטלעכע שטימען. נישט נאָר מיט האַרץ, נאָר אױך אױס רעספּעקט, צעזינגט מען זיך אין טעאַטער־זאַל מיט די חסידישע ניגונים, די אַלטע ייִדישע תּפֿילות. דאָס איז זײער אַ ספּעציפֿישער מאָמענט. אלי איז טאַקע אַװעק פֿון דער פֿרומער װעלט און פֿון אירע גרענעצן, אָבער ער װיל עס פֿאָרט נישט פֿאַרגעסן.

די רעזשיסאָרין מילענאַ קאַרטאָװסקי (לינקס) לערנט די אַקטיאָרן אַן עלעמענט פֿון דער טעאַטער־טעכניק
Ralph Gabriner
די רעזשיסאָרין מילענאַ קאַרטאָװסקי (לינקס) לערנט די אַקטיאָרן אַן עלעמענט פֿון דער טעאַטער־טעכניק

„מיט צען יאָר צוריק — האָט ער געזאָגט דעם „פֿאָרװערטס‟, טרינקענדיק אַ װאַרעמע קאַװע — איז נישט געװען קײן געלעגנהײט אַז מע זאָל פֿאַרלאָזן די קהילה און גלײַכצײַטיק זיך האַלטן אין פֿאַרבינדונג מיט איר. איצט, אַ דאַנק מענטשן אַזױ װי ליפּע שמעלצער, מיטן אַזױ גערופֿענעם „נעאָ־חסידיזם‟, קענען יונגע מענטשן, װאָס װילן אַ ביסל פֿרײַער אָטעמען, שטאָלצירן מיט דער חסידישער קולטור. עס בױט זיך אַן אַלטערנאַטיװ צו דעם חסידישן לעבן.‟ װאָס שײך דער ייִדישער שפּראַך, איז זי „אַ שטאַרקער בונד‟, דערקלערט ער.

די שפּיל לאָזט זיך אױס. אַלע גײען אַרױס. עטלעכע מענטשן פֿונעם עולם ווילן געניסן נאָך אַ ביסל פֿון דער אַטמאָספֿערע פֿון דער נאַכט, און גײען מיט מיט די אַרטיסטן אין אַ נאָענטן רעסטאָראַנט. די מעשׂה איז אָבער נישט געענדיקט. אַלע קענען שפּירן, אַז עס איז דאָ אַ דאָרשט פֿאַר אַזאַ מין ייִדישער, הײמישער קונסט. און די אַלע אַרטיסטן זענען מסכּים: זײ װעלן זיך װידער טרעפֿן, און צוזאַמען שפּילן אין אַ נײַעם פּראָיעקט.