פּרשת פּנחס, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Pinchas, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 28, 2016, issue of August 29, 2016.

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי אַזוי דער מואָבֿישער מלך בלק, בשותּפֿות מיטן בייזן כּישוף־מאַכער בלעם, האָט אַרײַנגעשיקט פֿרעמדע פֿרויען צו די ייִדן, כּדי זיי צו פֿאַרפֿירן צו דינען עבֿודה־זרה.

אַהרנס אייניקל פּינחס האָט דערזען, אַז זמרי, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון האָט אָנגעהויבן אָפֿענערהייט אַן אינטימע באַציִונג מיט אַ געוויסער נישט־ייִדישער פֿרוי, כּזבי. די חז״ל דערקלערן, אַז דאָס איז געווען בלקס טאָכטער. פּנחס האָט אַרויסגעכאַפּט אַ שווערד און דערהרגעט דאָס פּאָרל; די מגפֿה צווישן ייִדן האָט זיך אָפּגעשטעלט. הגם פּנחס איז לכתּחילה נישט געווען אַ כּהן, האָט אים דער אייבערשטער פֿאַר זײַן קנאָות געגעבן די כּהונה.

אַן אַנדער וויכטיקער פּערסאָנאַזש, וואָס ווערט שפּעטער באַטראַכט אין דער הײַנטיקער סדרה, איז יהושע בן נון. בײַם סוף פֿון די פֿערציק־יאָריקע וואַנדערונגען אין מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו פֿאַר זײַן טויט אָנצושטעלן יהושע בן נון ווי דעם קומענדיקן מנהיג פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל.

פֿון דער הײַנטצײַטיקער פּערספּעקטיוו, זענען פּנחס און יהושע זייער צווייפֿלהאַפֿטיקע פּערסאָנאַזשן. אין הלכה איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטע דעה, לויט וועלכער דער תּורה־איסור חתונה צו האָבן מיט אַ נישט־ייִדישער פֿרוי איז חל בלויז אויף די „שבֿע עממין‟, די זיבן אוראַלטע פֿעלקער פֿון ארץ־כּנען. כּזבי איז געווען פֿון בנות־מדין, אַן אַנדער פֿאָלק. אויב זמרי וואָלט מיט איר חתונה געהאַט, וואָלט עס לויט אַ גאַנצער ריי ראשונים און אַחרונים געווען בלויז אַן איסור מדרבנן. דווקא פֿון דער מעשׂה מיט פּנחסן לערנען מיר אָפּ, אַז אין אַ זעלטענער סיטואַציע קומט פֿאַר אַזאַ אינטימער באַציִונג אַ חיובֿ־מיתה. זמרי האָט פֿאַרבראַכט מיט דער מדינישער פּרינצעסין אָפֿענערהייט, פֿאַר די אויגן פֿון אַ גאַנצן מנין ייִדן, דערפֿאַר האָט פּנחס געהאַט דאָס רעכט זיי צו דערהרגענען בשעת־מעשׂה. ווען כּזבי וואָלט נישט געדינט עבֿודה־זרה, וואָלט פּנחס אויך נישט געטאָרט עס טאָן אַפֿילו אין אַזאַ אויסטערלישער סיטואַציע.

מע קאָן זאָגן, אַז פּנחס איז אַ גאַנצער „אַנטיפּאָד‟ פֿון קורח. קורח האָט געגלייבט, אַז ער מעג אויך דינען ווי אַ כּהן און האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו. אין אַ געוויסער מאָס, האָט ער געהאַט ריכטיקע משיחישע כּוונות, אָבער אויסגעמישט מיט גאווה. פּנחס האָט דווקא נישט געהאַט קיין ספּעציעלן פּלאַן. כּדי צו פֿאַרטיידיקן די תּורה האָט ער זיך באַנוצט מיט אַ שווערד, און צוליב דעם געוואָרן אַ כּהן. על־פּי קבלה ווערן די כּהנים אַסאָציִיִרט מיט דער מידת־חסד; הגם פּנחס האָט אָנגעווענדט אַ בלוטיקן מעטאָד פֿון זײַן מעשׂה־קנאָות, האָט ער דערמיט געטאָן אַ גרויסן חסד דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.

פֿונדעסטוועגן, קלינגט די מעשׂה שרעקלעך פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן לייענער. מע מעג דרשענען וועגן דער סאָציאַלער סכּנה פֿון געמישטע חתונות, אָבער קיין רבֿ וועט נישט פּראָפּאַגאַנדירן די מעשׂה־קנאָות ווי אַ פּראַקטישן מעטאָד. אין דער הײַנטיקער וועלט וועט אַ נאָרמאַלער מענטש נישט פֿאָרלייגן צו לייזן סאָציאַל־דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעמען מיט אַ שווערד.

די מקובלים און חסידישע צדיקים דערקלערן די אינערלעכע דינאַמיק פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. זמרי איז געווען אַן עכטער תּלמיד־חכם. ער האָט געוווּסט, אַז כּזבי האָט אַ ייִדישע נשמה און געוואָלט אויף אַן אויסטערלישן ווילדן אופֿן ווײַזן די אַנדערע ייִדן, אַז צוליב זײַנע פּערזענלעכע השׂגות מעג ער זיך מיט איר מזווג זײַן בפֿרהסיא. פּנחס וואָלט עס געקאָנט פֿאַרשטיין און דן צו זײַן זמרי לכף־ּזכות. דווקא צוליב דעם, וואָס ער האָט אויסגענוצט אַן אומגעוויינטלעכן קנאָות־מעטאָד, האָט דער באַשעפֿער אויף אַ חידושדיקן אופֿן געביטן זײַן כּהונה־סטאַטוס.

אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט ווײַטער אַנטוויקלט די טעמע פֿון אומגעריכטע חשבונות. עס טרעפֿן זיך צומאָל זעלטענע סיטואַציעס, ווען אַן אַגרעסיווער אַקט לשם־שמים ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסן חסד אין די אויגן פֿונעם באַשעפֿער.

יהושע בן נון איז אַן אַנדער פֿיגור, וואָס קאָן אַרויסרופֿן אַ סך קשיות בײַ אַ מאָדערנעם לייענער. אויב מע נעמט אָן דעם תּנ״כישן ספֿר־יהושע כּפּשוטו, שאַפֿט זיך אַ פֿינצטערער אײַנדרוק, אַז אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט האָבן די ייִדן אויסגעהרגעט גאַנצע פֿעלקער אין ארץ־כּנען. געוויסע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מפֿרשים טײַטשן אָפּ דעם ספֿר־יהושע שלא־כּשפּוטו. למשל, דער פֿרומער פּראָפֿעסאָר־היסטאָריקער לאָרענס שיפֿמאַן באַמערקט, אַז אין די שפּעטערדיקע תּנ״כישע ספֿרים פֿיגורירן גאַנץ אָפֿט די זעלבע פֿעלקער, וועלכע יהושע האָט, כּלומרשט, אומגעבראַכט. אַ צאָל אַנדערע היסטאָריקער באַטראַכטן יהושע ווי אַ מין רעוואָלוציאָנער, וואָס האָט געקעמפֿט בלויז קעגן געוויסע רישעותדיקע שיכטן, וועלכע האָבן באַזעצט די פֿעסטונג־שטעט אין ארץ־כּנען און האָבן עקספּלואַטירט די פּשוטע באַפֿעלקערונג.

די חז״ל לייזן די דאָזיקע עטישע פּראָבלעם אויף אַן אַנדער אופֿן. פֿאַר יעדער מיליטערישער אַקציע, האָט יהושע פֿאָרגעלייגט די כּנענים זיך אָפּצוזאָגן פֿון עבֿודה־זרה, שלום צו מאַכן מיט די ייִדן אָדער צו אַנטלויפֿן. בלויז די, וואָס האָבן זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט פֿון אַלע אַנדערע אָפּציעס, האָט מען אויסגעהרגעט. דערצו, איז עס געווען דער איינציקער יוצא־מן־הכּלל, וואָס איז חל נאָר אויף די אוראַלטע כּנענישע פֿעלקער, וועלכע זענען שוין לאַנג נישט בנימצא אין דער וועלט.

לויט דער ייִדישער מסורה, האָט יהושע אַליין חתונה געהאַט מיט רחבֿ, אַ געוועזענע כּנענישע זונה, וועלכע האָט זיך מגייר געווען. לויט אַן אַנדער דעה, איז זי געווען בלויז אַ באַרימטע וווּנדער־שיינע בעל־הביתטע פֿון אַ האָטעל, צו וועלכער יעדער מאַן האָט געחלומט זיך אָנצורירן, אָבער למעשׂה האָט זי קיינעם נישט געלאָזט. עס באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטע אינווערסיע פֿון דער מעשׂה מיט זמרי און פּנחס, וואָס ווײַזט קלאָר, אַז נישט אַלע כּנענים האָט יהושע בן נון אויסגעהרגעט מיט אַ שווערד.

אַזוי צי אַזוי, טרעפֿן מיר זיך ווידער אין אונדזער פּרשה מיט אַ פּערסאָנאַזש, וועלכער איז באַקאַנט אין דער ייִדישער טראַדיציע ווי אַ גרויסער נבֿיא און צדיק, אָבער זײַנע מיליטערישע מעשׂים ווערן באַטראַכט ווי אַן אוניקאַלער אויסנאַם, וואָס מע טאָר נישט נאָכמאַכן. וואָס שייך פּנחסן, שטייט אין די פּראַקטישע הלכה־ספֿרים געשריבן, אַז „אין מורין כּן‟. זײַן קנאָות־מעשׂה געהערט צו דער קאַטעגאָריע פֿון ריין־טעאָרעטישע הלכות.

מע קאָן זאָגן, אַז מיט די דערמאָנטע צוויי פּערסאָנאַזשן שליסט זיך אַ גאַנצער ציקל פֿון אומגעוויינטלעכע פּערזענלעכע חשבונות אינעם חומש „במדבר‟. פֿריִער האָבן מיר געלייענט וועגן קרח, דעם משיחישן אויפֿשטענדלער; די מיצווה פֿון „פּרה אדומה‟, וואָס אַפֿילו שלמה המלך האָט זי נישט געקאָנט פֿאַרשטיין על־פּי שׂכל. מיט אַ וואָך צוריק האָט די פּרשה געטראָגן דעם נאָמען פֿון בלק, אַ רשע און שׂונא־ישׂראל, וועלכער האָט פֿאָרט געוויזן אַ מוסטער פֿון מסירת־נפֿש. פּנחס און יהושע בן נון רעפּרעזענטירן אַן אַנדער מין פּאַראַדאָקסאַלע מענטשן: צדיקים, וועלכע האָבן געדינט דעם אייבערשטן מיט אַ שווערד.

די תּורה ווײַזט אונדז אין דער הײַנטיקער פּרשה אַן אינטערעסאַנטן לעבנס־פּאַראַדאָקס. זמריס „פֿרײַע ליבע‟ האָט דערוועקט אין הימל די מידת־הדין, אָבער פּנחסן האָט זיך מיט גוואַלד־מיטלען אײַנגעגעבן צו דערוועקן די געטלעכע מידת־הרחמים. ביידע פּערסאָנאַזשן האָבן דעמאָנסטרירט דעם דאָזיקן פּאַראַדאָקס אויף היפּוכדיקע עקסטרעמע אופֿנים.