ייִדיש־סאַלאָן אין מיאַמי־ביטש

A Yiddish Salon on Miami Beach

ד״ר אָשר מילבאַוער פֿירט אָן מיטן ייִדיש־סאַלאָן אינעם „בעצי האָטעל‟
ד״ר אָשר מילבאַוער פֿירט אָן מיטן ייִדיש־סאַלאָן אינעם „בעצי האָטעל‟

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 12, 2016, issue of August 29, 2016.

ייִדיש לעבט מיט נסים ונפֿלאות. עס זײַנען טאַקע פֿאַראַן אַ פּאָר פֿונקען דאָ אין פֿלאָרידע. אינעם לוקסוס־האָטעל „בעצי‟, אויף מיאַמי־ביטש, פֿירט אָן מיט אַ ייִדיש־סאַלאָן ד״ר אָשר מילבאַוער, דירעקטאָר און פּראָפֿעסאָר פֿון דער „גלות־שטודיעס פּראָגראַם‟ אין דער ענגלישער אָפּטיילונג פֿונעם פֿלאָרידער אינטערנאַלציאָנאַלן אוניווערסיטעט. ער רעדט אַ פֿליסיקן ייִדיש און ווייסט גענוי די וויכטיקייט פֿון איר המשך. ער רופֿט ייִדיש „אונדזער גלות־שפּראַך‟.

אשר מילבאַוער איז אַ זשוואַווע, לעבעדיק נפֿש, אונדזערס אַ ייִד, פֿול מיט ענטוזיאַזם און אָנגעהעריקייט צום ייִדישן פֿאָלק. איך און אָשר פֿאַרמאָגן אַ סך געמיינזאַמס, איך בין געבוירן אין סיביר, ער — אין ווײַס־רוסלאַנד אונטער דער סאָוועטישער מאַכט, מיט אַ קיימא־לן יאָר שפּעטער פֿון מיר. ער שטאַמט פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער שטוב.

די מעשׂה איז אַזאַ: דער ייִדיש־סאַלאָן טרעפֿט זיך איין מאָל אין חודש אין מיאַמי־ביטש, צען אַ זייגער אין דער פֿרי, און דאָס מאָל האָבן זיי באַשלאָסן אײַנצולאַדן אַ מאַמע און זון — איך מיט מײַן זון, אַבֿרהמל — צו דערלאַנגען די אמתע ייִדישע סחורה אויף מאַמע־לשון. אונדזער פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון איבערגעבן אַ לעבעדיקן גרוס פֿון דעם וואָס ס׳טוט זיך אין דער וועלט פֿון ייִדיש און אונדזער ייִדיש וועלטל.

מײַן אַבֿרהמל (אַבֿי) האָט דערציילט פֿון דער ערשטער פּיעסע, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן צו פֿיר יאָר אין שלום־עליכם שול 21 אויף ביינברידזש עוועניו אין דער בראָנקס, אין אַ מוזיקאַלישער קינדער־פּיעסע „אַלף אבֿרהמל‟, וואָס איך און מײַן גוטע פֿרײַנדינע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, ע״ה האָבן פֿאַרפֿאַסט מיט יאָרן צוריק. די שול האָט אַנטהאַלט אַן ערך הונדערט קינדער. איך איך בין געווען די קינדערגאָרטן־לערערין; בלומע לעדערהענדלער ע״ה האָט געלערנט די מיטעלע קלאַסן, און משה גאָלדשטיין — די העכערע, מיטן אונטערשייד וואָס כּמעט אַלע אונדזערע קינדער האָבן גערעדט אַ פֿליסיקן ייִדיש, אפֿילו צווישן זיך. במשך פֿון דעם ייִדיש סאַלאָן האָט מײַן אברהמל אויסגעשפּילט גאַנצע סצענקעס פֿון „אַ־אַבֿרהמל‟.

איך האָב דערציילט, אַז איך האָב געאַרבעט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ איבער דרײַסיק יאָר; ווי אויך אינעם ייִדישן טעאַטער און אינעם ייִדיש־קורס איבער 25 יאָר אין קאָלומביע אוניווערסיטעט, און איבערגעזעצט באַרימטע קינדער־ווערק פֿון „דאָקטער סוס‟; ניל סײַמאָנס „די גאָלדענע יאַטן‟ און און מעל ברוקסעס „די פּראָדוצענטן‟.

דערווײַל האָט אבֿרהמל פֿאַרווײַלט דעם עולם מיטן טעאַטראַלן רעפּערטואַר וואָס איך האָבֿ געשריבן דורך די יאָרן, ביז מיר זײַנען צוגעקומען צו מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיטן וועלט־באַרימטן אימפּרעסאַריאָ דזשאָסעף פּאַפּ (יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי). דאָ האָט אַבֿרהמל רעציטירט אויסצוגן פֿון שעקספּירס ווערק אויף ייִדיש לויט מײַנע איבערזעצונגען, ווײַל דזשאָו פּאַפּ האָט געחלומט צו שטעלן שעקספּירס אַ פּיעסע אין זײַן „פּאַבליק טעאַטער‟ אויף ייִדיש. אַבֿרהמל האָט געזונגען, רעציטירט, דערציילט עפּיזאָדן פֿון אונדזער לעבן, און איך האָב זיך מחיה געווען צו זען ווי דער עולם איז אַנטציקט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן זון איז גוט באַקאַנט מיט זײַנע פֿאָרשטעלונגען אין טעאַטער, טעלעוויזיע און פֿילמען, און צום ערשטן מאָל האָט זיך דער עולם דערוווּסט פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן. דער זאַל איז געווען געפּאַקט און צווישן עולם האָב איך זיך באַקענט מיט אַ שיינעם יונגערמאַן וואָס רופֿט זיך „משהלע‟ און רעדט אַ פֿליסיק, מחיהדיקן ייִדיש. ער דערציילט מיר אַז ער איז מיט לײַב און לעבן אַרײַנגעטאָן אין ייִדיש, לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟, פֿאָרט אויף דער „ייִדיש וואָך‟ און צום סוף האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז משהלע איז גאָרנישט קיין ייִד, ער האָט אַ שפּאַנישן נאָמען און פֿון פֿאַך איז ער, ווי ער זאָגט: „איך בין אַ דאָלמעטשער [איבערזעצער] פֿון שפּאַניש אויף ענגליש.‟

אַ סך פֿונעם עולם האָט פֿאַרשטאַנען גוט ייִדיש; אַ טייל פֿון זיי האָבן געהינקט אויף דער שפּראַך, דער עיקר — דער פֿרימאָרגן איז אַדורך מיט גרויס דערפֿאָלג.

דער לוקסוס־האָטעל „בעצי‟ אין מיאַמי־ביטש, וואָס געפֿינט זיך אַנטקעגן דעם ים, אַרום דער זעכצנטער גאַס, האָט אַליין אַן אויסערגעוויינטלעכע געשיכטע. די אײגנטימער פֿונעם האָטעל זײַנען אַ ברודער מיט אַ שוועסטער, ער הייסט יונתן פּלוציק און זי — דעבראַ (דבֿורה) פּלוציק־בריגס. דער פֿאָטער זייערער האָט אויפֿגעשטעלט דעם האָטעל מיט יאָרן צוריק, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז געווען אַ העכסט אינטערעסאַנטער און אינטעליגענטער פּאַרשוין, אַ דראַמאַטורג, אַ שרײַבער און פּאָעט, אַ פּראָפֿעסאָר אין אַ קאַלעדזש; מיט איין וואָרט — אַ העכסט באַגאַבטער יחיד. זעט אויס אַז די קינדער זײַנען אַוועק אין זײַנע דרכים און אײַנגעפֿירט רעפֿעראַטן און אויפֿטריטן פֿון באַרימטע שרײַבער, פּאָעטן, איבערזעצער, מוזיקער, און דער עיקר — אַ ייִדיש־סאַלאָן וואָס טרעפֿט זיך יעדן זונטיק נאָך מיטיק, מיט צובײַסן און אַלץ בחינם. די הויפּט זאַך — מען מוז מאַכן רעזערוואַציעס.

דער האָטעל איז עלעגאַנט דעקאָרירט מיט קונסט־בילדער און שאַנדאַלירן. מיטן מאָמענט וואָס מ׳שטעלט אַרײַן אַ פֿוס ווייסט מען אַז מע טרעט איבער אַן אַריסטאָקראַטישע שוועל מיט פּליושענע דיוואַנען, אַ טישל מיט אויסגעשטעלטע שאַך־פֿיגורן, גרייט צום שפּילן. די אַטמאָספֿערע איז אַריסטאָקראַטיש אײַנגעשטעלט, אַזוי אַז בײדע, יונתן און דבֿורה פּלוציק, זײַנען ניט אַבי ווער. זיי האָבן ביידע באַגריסט דעם ייִדישן עולם מיט גרויס פֿרייד און כּבֿוד.

„מיט דאַנקבאַרקייט און מיט דער האָפֿענונג, אַז מיר וועלן ווידעראַמאָל האָבן די זכיה צו קאָלאַבאָרירן אין דער נאָענטער צוקונפֿט, הייבן מיר ערשט אָן צו דערגיין די אופֿנים ווי אַזוי צו שטיצן די ייִדיש־רעוואָליוציע אין אונדזער האָטעל ׳בעצי׳,‟ האָט יונתן דערקלערט.

אַ ריזיקע איבערלעבונג פֿאַר מוטער און זון, פֿאַר ייִדיש און ייִדיש־ליבהאָבער, אויף אַלע ייִדישע מאַמעס און קינדער געזאָגט געוואָרן.