קאָן אַנאַליז פֿון מײַן „די־ען־איי‟ באַשטעטיקן „טערקיש‟־טעאָריע?

Could Analyzing My DNA Verify the "Turkish Theory"?

דער גענעטיקער ערן אלחייק
דער גענעטיקער ערן אלחייק

פֿון דוד־יודל וואַלעצקי

Published August 19, 2016, issue of August 29, 2016.

דאָס יונגע פֿעלד פֿון גענעטישע גענעאָלאָגיע, װאָס נעמט אַרײַן ביאָלאָגיע, מאַטעמאַטיק און אַנטראָפּאָלאָגיע, עפֿנט נײַע דרכים אין דער דיסקוסיע פֿון אָפּשטאַם פֿון אַשכּנזישע ייִדן.

אין מאַרץ 2016, האָט דער אָקספֿאָרדער זשורנאַל Genome Biology and Evolution אַרױסגעגעבן אַ נאָטאָרישע אַרבעט װאָס שטעלט אַרױס געוויסע גענעטישע באַװײַזן, אַז ייִדיש שטאַמט פֿון צפֿון־מיזרח טערקײַ. דער גענעטיקער עראַן עלהאַיִק און לינגװיסט פּאָל װעקסלער, צװײ פֿון די מיטאַרבעטער אין דער שטודיע, פּרוּװן באַװײַזן די „כאַזאַרע טעזע‟, װאָס האַלט אַז אַשכּנזים שטאַמען פֿון די לעבנס־געבליבענע פֿון דער לעגענדאַרישער טערקיש־כאַזאַרישער אימפּעריע אױפֿן ברעג קאַספּישן ים, װאָס האָבן איבערגעװאַנדערט אױף צפֿון־מערבֿ. דערבײַ, װילן װעקסלער און עלהאַיִק פּסלען די „רײַנלענדישע טעזע‟, װאָס האַלט אַז די אַשכּנזישע ייִדן און ייִדיש שטאַמען פֿון דײַטש־רעדנדיקע ייִדן װעלכע האָבן מיגרירט אױף מיזרח.

די טענה איז אַ גילגול פֿון װעקסלערס אַרבעט פֿון 1991, „ייִדיש: די פֿופֿצנטע סלאַװישע שפּראַך‟. װעקסלערס אידעען האָבן לינגװיסטן שױן לאַנג אָפּגעװאָרפֿן. לעצטנס האָבן אַ גרופּע טשעכישע, רוסישע, און ענגלישע גענעטיקערס (אין אַן אַרטיקל װאָס איז אַרױס אין דעם זעלבן אָקספאָרדער זשורנאַל, יולי דעם 7טן) געװיזן אַז עלהאַיִקס אַלגאָריטעם — װאָס ער רופֿט אָן „גענעטישע באַפֿעלקערונג סטרוקטור‟ — אָדער, אױף ענגליש: GPS — איז נישט בכּוח אַרױסצוגעבן אַ גילטיקן אױספֿיר מכּוח מערסטע הײַנטיקע יחידים.

עלהאַיִקס GPS איז דער באַזיס פֿון זײַן און װעקסלערס אַרבעט. אָבער שטעקט פֿאָרט אַ קערנדל אמת אין דער דורכגעלעכערטער אַרבעט?

װי אַ ייִדיש־רעדער, אַ קינד פֿון צװײ ייִדישע לינגװיסטן, און אַליין אַ גענעטישער גענעאָלאָג, בין איך צוגעצױגן צו דעם מחלוקת. װען עלהאַיִק האָט צוערשט פּובליקירט זײַן GPS־אַלגאָריטעם, האָב איך אים באַצאָלט 49$ צו אַנאַליזירן מײַן „די־ען־אײ‟. דער אַנאַליז האָט דערקלערט, אַז די הײם פֿון מײַנע אָבֿות געפֿינט זיך לעבן דעם שטעטל פֿון קפֿאַרוע אין לבֿנון. קפֿאַרוע ליגט טױזנט קילאָמעטער אױף דרום־מערבֿ פֿון דעם טערקישן ראַיאָן, װוּ עלהאַיִק לאָקירט די ערשטע הײם פֿון ייִדיש־רעדערס.

עלהאַיִקס אָקערשטיקע קריטיקערס באַמערקן אַז דער GPS־אַנאַליז לאָקירט לבֿנונער יחידים לענג־אױס אַן אַקס װאָס ציט זיך פֿון מצרים ביז רוסלאַנד. אױב מע צײכנט די ליניע פֿון קפֿאַרוע ביז די דורכשניטלעכע קאָאָרדינאַטן פֿון עלהאַיִקס ייִדיש־רעדערס, און מע פֿאַרלענגערט די ליניע נאָך טױזנט קילאָמעטער אױף צפֿון־מיזרח, געפֿינט מען זיך בײַם ברעג פֿון װאָלגע. אױב מע פֿאַרלענגערט די ליניע נאָך טױזנט קילאָמעטער אױף דרום־מערבֿ פֿון קפֿאַרוע, קומט מען אָן צום ברעג ניל.

פּונקט װי די הױפּט אינפֿאָרמאַנטן פֿון עלהאַיִקס שטודיע (מאַרץ 2016), האָב איך פֿיר ייִדיש־רעדנדיקע באָבע־זײדעס. איז מײַן הינטערגרונט אַזױ אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע ייִדיש־רעדערס אַז עס רוקט מײַן הײמלאַנד אױף אַזױ װײַט אין דער ריכטונג פֿון מצרים? אָדער (װי עלהאַיִקס קעגנערס האַלטן) איז דער GPS־אַלגאָריטעם אין גאַנצן אַ געלעכערטער? אָדער נאָך ערגער, האָט עלהאַיִק זיך „געפּאַטשקעט‟ מיט זײַנע אײגענע רעזולטאַטן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן װעקלערס נײַע טעאָריע?

די פּראָבלעמען מיט עלהאַיִקס אַרבעט הייסן נישט, אַז די כאַזאַרישע טעזע האָט אין גאַנצן נישט ווערט. עס זענען דאָ עטלעכע באַװײַזן פֿון כאַזאַרישע „די־ען־אײ‟ אין געוויסע הײַנטיקע אַשכּנזישע ייִדן. עלהאַיִק און װעקסלער האָבן פּשוט נישט פּובליקירט קיין פּרטים, וואָס שטיצן זײער אײגענע אױסטערלישע לינגװיסטישע טעאָריע.

װי די אַנטדעקונג פֿון כאַזאַרישע מטבעות אין אַ װיקינגישע אוצרות האָבן אָנגעװיזן, זענען פֿאַראַן גוטע סיבות צו גלײבן די מעשׂיות פֿון מיטל־עלטערישע קװאַלן װאָס זאָגן אַז די קעניגליכע משפּחה האָט זיך מגײר געװען אין אַכטן יאָרהונדערט. הײַיאָר האָט די כינעזישע רעגירונג אַנאָנסירט די רעזולטאַטן פֿון אַן אױסגראָבונג פֿון אַלטע קבֿרים פֿון דער „שי‟־דינאַסטיע, װאָס מע האַלט, אַז זײ זענען די אָפּשטאַמלינגען פֿון דער זעלבער „אַשינאַ‟־דינאַסטיע װאָס האָט באַהערשט כאַזאַריע. די כינעזער האָבן אַנטדעקט, אַז די דאָרט־באַגראָבענע קערפּערס האָבן אין זיך די זעלבע מוטאַציע (באַקאַנט װי R1A-Z93), װאָס מע געפֿינט בײַ אַ העלפֿט פֿון אַלע אַשכּנזישע לװײם הײַנט צו טאָג. מע געפֿינט די מוטאַציע אױך בײַ די באַשקיר־טערקן, אינדיאַנער און אַראַבער.

װאָס מײנט דאָס בנוגע דער פֿראַגע פֿון ייִדישן אָפּשטאַם? ייִדן זענען נישט קיין אָפּשטאַמלינגען פֿון קײן איין־און־אײנציקער גרופּע. אַפֿילו דאָס פֿאַרצײַטיקע ישׂראל איז געװען אַ געמיש פֿון פֿעלקער, לױט דעם תּנ״ך און די גענעטישע מאַטעריאַלן פֿון הײַנטיקע סאַמאַרישער ייִדן. ייִדישע קהילות פֿון אינדיע ביז איטאַליע האָבן זיך אויפֿגעפֿירט זייער ענלעך, װאָס מע קען דערשפּירן אין אונדזערע אײגענע גענעס: ס’רובֿ מיטל־מיזרחדיקע מענער האָבן געהאַט קינדער מיט לאָקאַלע פֿרױען; דערנאָך האָבן זײערע קינדער חתונה געהאַט מערסטנס צװישן זײער אייגענער קהילה אָדער מיט ייִדן פֿון אַנדערע לענדער.

עס איז טאַקע פֿאַראַן אַ קלײנער, אָבער װיכטיקער כאַזאַרישער עלעמענט אין ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער ער איז אַ סך װײניקער װי דער מיטל־מיזרחדיקער עלעמענט. עס איז דאָ אַ סלאַװישער אײַנפֿלוס אױף מיזרח־ייִדיש, אָבער דאָס רוקט נישט איבער דעם אָפּשטאַם פֿון מערבֿ־ייִדיש און אירע אָפּשטאַמיקע שפּראַכן, צענטראַל־ און מיזרח־ייִדיש. כּמעט אַלע ייִדן שטאַמען פֿון אוראַלטע אײַנװױנערס פֿון ארץ־ישׂראל (װאָס זענען אַלײן געװען אַ געמיש פֿון עלטערע מיטל־מיזרחדיקע פֿעלקער), אָבער נאָר אַ העלפֿט פֿון אונדזער „די־ען־אײ‟ קומט פֿון די דאָזיקע אָבֿות.

דער אײנציקער שׂכלדיקער אױספֿיר פֿון דער פֿאָרשאַרבעט פֿון דער גענעטישער גענעאַלאָגיע ביז הײַנט איז אַ פּשוטער, װאָס װעט נישט געפֿעלן נישט די כאַזאַרישע רעװיזיאָניסטן און נישט די ייִדישע שאָװיניסטן. אי די ייִדישע גענעס אי די ייִדישע שפּראַכן זענען בײדע אַרויסגעוואַקסן פֿון דער „חתונה‟ צװישן מיטל־מיזרחדיקע און לאָקאַלע קולטורן אין ענלעכע מאָסן. אַשכּנזים, פּונקט װי די ייִדישע שפּראַך, נעמען אַרײַן עלעמענטן אי פֿון אונדזערע פֿאַרצײַטיקע ישׂראלדיקע אָבֿות, אי פֿון די אײראָפּעיִשע, אַזיאַטישע, און אַפֿריקאַנער אָבֿות, װאָס זענען אַרײַנגעקומען אין דער קהילה במשך פֿון די לעצטע צװײ טױזנט יאָר.