האָקינג: קודם־כּל אַ פֿיזיקער

Hawking, Above All – A Scientist

סטיווען האָקינג
Getty Images
סטיווען האָקינג

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 23, 2016, issue of August 29, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין יוני, האָט האָקינג פּובליקירט אַ נײַעם פֿאָרש־אַרטיקל, וווּ ער טענהט, אַז די „שוואַרצע לעכער‟ קאָנען דינען ווי טונעלן אין אַנדערע אוניווערסן. ווי ס׳איז באַקאַנט, שטעלט אַ שוואַרצע לאָך מיט זיך פֿאָר זייער אַ שווערן קאָסמישן אָביעקט, וואָס ציט אין זיך אַרײַן אַלע אַרומיקע אָביעקטן, אַפֿילו ליכט־שטראַלן, צוליב זײַן ריזיקן גראַוויטאַציע־כּוח. צוליב אַ געוויסן קוואַנט־פּראָצעס, באַקאַנט ווי דער „האָקינג־עפֿעקט‟, קאָן אַ שוואַרצע לאָך אַרויסלאָזן אַ ביסל ליכט, אָבער בדרך־כּלל בלײַבט עס טאַקע כּמעט אינגאַנצן פֿינצטער.

הגם די טעאָרעטישע פֿאָרשונגען אויף דער דאָזיקער טעמע בלײַבן באַקאַנט ווי סטיווען האָקינגס גרעסטע דערגרייכונגען, האָבן צוויי סאָוועטישע פֿאָרשער, יעקבֿ זעלדאָוויטש אוו אַלעקסיי סטאַראָבינסקי, שוין דערקלערט דעם בריטישן קאָלעגע, ווען ער האָט באַזוכט מאָסקווע אינעם יאָר 1973, אַז צוליב די קוואַנט־פּראָצעסן מוזן די שוואַרצע לעכער נישט זײַן אין גאַנצן שוואַרץ. אין דער נײַער פֿאָרשונג, דערקלערט דער וויסנשאַפֿטלער, אַז אַזאַ קאָסמישער אָביעקט קאָן דינען ווי אַ טונעל אין אַן אַנדער אוניווערס. עס באַקומט זיך, אַז האָקינג אַליין איז מסכּים, אַז עס קאָנען עקזיסטירן אַנדערע וועלטן מיט אייגענע צײַט־פּראָצעסן, וואָס זענען פֿאָרגעלאָפֿן דאָרטן נאָך פֿאַרן „גרויסן אויפֿרײַס‟.

האָקינגס אַנדערע אַנטי־רעליגיעזע אַרגומענטן צעפֿאַלן זיך פּונקט אַזוי גרינג און זײַנע מיזאַנטראָפּישע עסייען זענען פּשוט נודנע. ס׳איז אָבער כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז הגם האָקינג האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ „פּאָפּ־שטערן‟, אַ מין כּל־בוניק, וואָס קאָן דרשענען אויף וועלכע־ניט־איז טעמעס, בלײַבט ער אַ נײַגעריקער וויסנשאַפֿטלער, און טאַקע אַ גוטער, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט חידושדיקע פּראָיעקטן, וואָס ווערן זעלטן דערמאָנט אין דער פּרעסע, הגם די דאָזיקע פּראָיעקט האָבן, אין אַ געוויסן זין, אויך דעם פּאָפּולערן סענסאַציאָנעלן טעם.

אין אַפּריל האָט דער מאָסקווער מיליאַרדער יורי מילנער, בשותּפֿות מיט האָקינג, אַנאָנסירט דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ קאָסמאָס־פּראָבע, וואָס קאָן דערגרייכן דעם נעענטסטן שטערן, אַלפֿאַ־צענטאַרי. מיט אַ יאָר צוריק, האָט מילנער צוגעזאָגט אַרײַנצולייגן 100 מיליאָן דאָלאַר אין דער גרויס־פֿאַרנעמיקער איניציאַטיוו צו אַנטדעקן מעגלעכע שפּורן פֿון לעבן און אַנדערע ציוויליזאַציעס אינעם אוניווערס. מע פּלאַנירט צו אַנאַליזירן אַ ריזיקן סכום ראַדיאָ־ און לאַזער־סיגנאַלן פֿון קאָסמאָס, האָפֿנדיק צו כאַפּן פֿרעמד־פּלאַנעטישע קאָמוניקאַציעס. אין דער דערמאָנטער קאָסמאָס־שיף קלײַבט זיך מילנער צו אינוועסטירן נאָך 100 מיליאָן דאָלאַר. האָקינג האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט און שטיצט אַקטיוו די דאָזיקע פּראָיעקטן.

מילנער, איינער פֿון די רײַכסטע ייִדישע גבֿירים אין רוסלאַנד, האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ פֿיזיקער. אין די הפֿקרדיקע יאָרן פֿון דער „פּערעסטרויקע‟ האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט קאָמפּיוטער־האַנדל און איז געוואָרן, ביסלעכווײַז, איינער פֿון די הויפּט־אינוועסטאָרן פֿון אַ גאַנצער ריי אינטערנעץ־פֿירמעס מיט אַ קאַפּיטאַל, בסך־הכּל, פֿון 3.1 מיליאַרד דאָלאַר.

האָקינג גלייבט, אַז מיר, די אײַנוווינער פֿון דער ערד, מוזן, סוף־כּל־סוף, דערגרייכן די ווײַטע שטערן. צום באַדויערן, וועט ער אַליין, מסתּמא, נישט דערלעבן ביז די פּראַקטישע רעזולטאַטן פֿון דער פּלאַנירטער שטערן־נסיעה, ווײַל דער 74־יאָריקער בריטישער וויסנשאַפֿטלער לײַדט פֿון אַ זעלטענער פּראָגרעסירנדיקער נייראָלאָגישער קרענק און איז צוגעבונדן צו אַ רעדלשטול. דער פֿלי צום ווײַטן שטערן וועט פֿאַרנעמען לכל־הפּחות 20 יאָר. אויב דער אַפּאַראַט וועט זיך נישט צעברעכן אויפֿן וועג, וועט דער ראַדיאָ־סיגנאַל פֿליִען נאָך 4 יאָר צוריק פֿון אַלפֿאַ־צענטראָי.

אַנשטאָט אַ ראַקעט, פּלאַנירט מען אַרויסצושיקן אַן אַפּאַראַט מיט אַ ריזיקן זעגל, וואָס וועט פֿליִען דורכן כּוח פֿון עטלעכע ריזיקע לאַזערן, וואָס מע קלײַבט זיך אינסטאַלירן אויף דער ערד; זייערע שטראַלן וועלן אַרויסשטויסן די שיף אַלץ גיכער אין קאָסמאָס.

אַ צאָל באַקאַנטע רבנים, אָנהייבנדיק פֿונעם שפּאַנישן פֿילאָסאָף חסדאי קרשׂקשׂ אינעם 14טן יאָרהונדערט, האָבן שוין באַטראַכט די מעגלעכקייט צו טרעפֿן שׂכלדיקע באַשעפֿענישן אויף אַנדערע שטערן. אויב אויף אַ פּלאַנעט, וואָס דרייט זיך אַרום אַלפֿאַ־צענטאָרי וועלן זיך טאַקע אָפּגעפֿינען שׂכלדיקע בריות מיט זייערע אייגענע געדאַנקען וועגן אמונה — אָט דעמאָלט וועט האָקינגס טעטיקייט טאַקע ברענגען אַ גרויסן טעאָלאָגישן חידוש. און וואָס שייך האָקינג, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז ער איז אַ פֿיזיקער, נישט אַ פֿילאָסאָף צי אַ פּאָליטישער טוער. זײַנע פּראָיעקטן און פֿאָרשונגען, וואָס ווערן אָפֿט פֿאַרשוויגן אין דער ברייטער פּרעסע, זענען טאַקע דערפֿרישנדיק און חידושדיק.