ד׳׳ר דוד פֿישמאַן, גאַסטרעדנער בײַם נײַעם סעזאָן פֿון „ש׳׳ע‟־צענטער, בראָנקס

Dr. David Fishman to Open New Season at the Sholem Aleichem Center

ד״ר דוד פֿישמאַן (לינקס)
ד״ר דוד פֿישמאַן (לינקס)

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 01, 2016, issue of September 30, 2016.

די טעג ווערט די צאָל ערטער, וווּ מע קען רעגלמעסיק הערן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש, צום באַדויערן, אַלץ קלענער. מיטן אויסנאַם פֿון די שיעורים אין די חסידישע שטיבלעך און ישיבֿות זעט מען זעלטן הײַנט, אַז מענטשן זאָלן זיך צוזאַמענקומען, כּדי צו הערן אַ רעדע אויף ייִדיש. דערפֿאַר איז שטענדיק אַ גוטע בשׂורה ווען מע הערט יעדן אויגוסט, אַז דער „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס וועט אָנהייבן נאָך אַ סעזאָן פֿון רעפֿעראַטן און אַנדערע קולטורעלע פּראָגראַמען אויף מאַמע־לשון.

אין דער אַמאָליקער שלום־עליכם פֿאָלקסשול 21 אויף „ביינברידזש־עוועניו‟ וועט ד׳׳ר דוד פֿישמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ וואָס האָט ווי אַ קינד זיך געלערנט אין דער זעלביקער שול, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם, ווי אַזוי מע באַטראַכט הײַנט שלום־עליכם אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאָך זײַן רעפֿעראַט וועט די קאַפּעליע די „שטעטל סטאַמפּערס‟ אויפֿטרעטן מיט אַ ציקל לידער. די גרופּע, וואָס איז לכתּחילה פֿון פֿראַנקרײַך, שפּילט אַ קלעזמער־מוזיק אויפֿן פֿידל און אַקאָרדעאָן באַנאַנד מיט ייִדישע און פֿראַנצייזישע לידער. זי ווערט אָנגעפֿירט פֿון עלינאָר בעזונסקי.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 18טן סעפּטעמבער, 1:30 נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז בחינם פֿאַר מיטגלידער און סטודענטן און פֿינף דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 917-930-0295.