די מעלות פֿון פֿילשפּראַכיקייט

The Joys of Multilingualism

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 04, 2016, issue of September 30, 2016.

די מענטשן וואָס לעבן בלויז אין איין וועלט, מיט איין שפּראַך, מיט איין קולטור, וואָלט איך געזאָגט זײַנען שטאַרק פֿאַראָרעמט. וואָס פֿעלט זיי? פּונקט אַזוי װי אַ סימפֿאָניע האָט אַ סך אינסטרומענטן, פֿידל, טרומײט, פּויק און טשעלאָ, איז יעדע שפּראַך אַ קולטור־אוצר פֿאַר זיך, וואָס פֿאַרבינדט אונדז מיט גאָר אַן אַנדער וועלט, מיט אַן אַנדער פֿאָלק, אַמאָל אַפֿילו מיט אַן אַנדער פֿאָלקס גלויבן. 

אַ יעדעס ייִדיש קינד אין אַמאָליקן מזרח־אייראָפּע האָט זיך געקענט פֿאַרשטענדיקן מיט די שכנותדיקע פֿעלקער, צי דאָס זײַנען געווען די רומענער, אונגאַרער, ציגײַנער, אוקראַיִנער, פּאָליאַקן, רוסן צי טשעכן, און גענאָסן האָבן דערפֿון אַלע, דער עיקר ווען עס איז געקומען צו מאכלים, קליידונג, לידער, גלײַכווערטלעך, מעשׂיות, קללות צי סתּם פֿאָלקס־חכמות. 

בלויז דאָ אינעם אַמעריקאַנער שמעלצטאָפּ פֿון שפּראַכן און קולטורן, האָט מען זיך טאַקע „צעשמאָלצן‟, אַחוץ ווען ס׳איז געקומען צו כינעזיש, יאַפּאַניש, איטאַליעניש, ייִדיש און אינדישע מאכלים. דאָ איז מען זיכער אַז די שפּראַכן־פּאָליציי וועט דיך נישט באַפֿאַלן, ווײַל די חבֿרה שפּראַך־אויפֿפּאַסער עסן אַליין אין די זעלבע רעסטאָראַנען.

און אַזוי ווי מײַנע פֿריסטע יאָרן בין איך אויסגעוואַקסן אין מזרח־אייראָפּע, בין איך באַלאָדן מיטן קלאַנג פֿון יענע פֿרעמדע שפּראַכן, אַ חוץ מײַן מאַמע־לשון וואָס איך האָב געהערט פֿון די עלטערן.

נאָענט איז מיר געווען רוסיש, אַ טראָפּעלע פּויליש, אַ טשוטקעלע דײַטש מיט אַ גאַנץ נישקשהדיקן העברעיִש, צוליב אונדזער עליה אין די סוף זעכציקער יאָרן קיין ישׂראל. 

איך פֿאַרזיכער אײַך אַז מיר איז גוט, ווײַל איך בין נישט קיין יתום. פֿאַרקערט — איך פֿיל זיך אין דער היים מיט מײַנע אַמאָליקע שפּראַכן, דער עיקר ווען עס קומט צו רוסיש און העברעיִש. ווען איך טרעף זיך אָן מיט רוסיש־רעדער, צי דאָס איז אין ייִדישן טעאַטער צי אין אַ רוסישן רעסטאָראַן, בײַ אַ קאָנצערט, באַלעט צי אויף ברײַטאָן־ביטש אין ברוקלין, אַלץ איינס, נאָענט איז מיר דער קלאַנג פֿון רוסיש, און דער עיקר — די רוסישע לידער.

איך בין אויסגעוואַקסן קענענדיק פֿון אויסנווייניק פּושקינען, און שפּעטער, שוין דאָ אין אַמעריקע, אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, שלינגענדיק די ווערק פֿון טאָלסטויען, דאָסטאָיעווסקין, מאַקסים גאָרקי, קאַפֿקאַ, טשעכאָוו און אפֿילו זאָשטשענקאָ, מיט אַ שלל פֿון זייערע קולטור־אוצרות, און אַלע ליטעראַרישע ווערק — אויף ייִדיש.

ווען ס׳קומט צו העברעיִש, עבֿרית הייסט עס, פֿיל איך זיך אויפֿסנײַ כּמעט ווי אין דער היים דורך דער שפּראַך, די אָנגעהעריקייט צו מײַנע ייִדן, צו דער מדינה, צו אונדזער געמיינזאַמער געשיכטע און קולטור, צי דורכן תּנ״ך, מדרשים, די צאינה וראינה, דורך עגנונען און די טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען בײַ „הבימה‟, „כּמרי‟ און „גשר‟, אַפֿילו ווען זיי זײַנען איבערזעצונגען פֿון דער ענגלישער, ייִדישער צי רוסישער ליטעראַטור. 

דאָ אין אַמעריקע בין איך אויסגעוואַקסן אויף מענדעלע מוכר ספֿרים, שלום־עליכמען, י. ל. פּרצן, איציק מאַנגערן, יעקבֿ גלאַטשטײנען, זיך געהאָדעוועט אויף יצחק באַשעוויס־זינגערן און זײַן ברודער ישראל יהושוע זינגער און אפֿילו אויף אסתּר קרײַטמאַן, זייער שוועסטער — אַ גאַנצע פּלעיאַדע מיט ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן.

ווי אַן אַמעריקאַנערין וואָס רעדט אויך ענגליש, איז מיר גרינג אָנגעקומען צו לייענען עדגאַר אַלען פּאָו, דייוויד פֿראָסט, סאָל בעלאָו, הענרי ראָט (Call it Sleep) און פֿיליפּ ראָט (Portnoy’s Complaint), אפֿילו קאַפּיטלען שעקספּיר.

נו, אַז מ׳אַנטוויקלט דעם אויער מיט די אויגן, קומט דער אַפּעטיט מיטן עסן, דעמאָלט הייבט מען ערשט אָן צו זען די וועלט מיט אַנדערע אויגן. 

אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס, אַנטקעגן דעם וואָס די אַמעריקאַנער דערציִונג איז געבליבן הינטערשטעליק און באַקענט נישט די יונגע אַמעריקאַנער מיט די אוצרות פֿון פֿרעמדע קולטורן. דאָס פֿאָלק איז טויב אויף איין אויער, דער צווייטער אויער ליגט אין קימפּעט. אמת, מ׳האַלט אין איין דערפֿינדן נײַע טשאַטשקעס צום לייענען, ווי „קינדל‟, אַ מאַשינקעלע וואָס קען דיר דערלאַנגען די גאַנצע וועלט־ליטעראַטור, אָבער ס׳קען נישט פֿאַרבײַטן אַ באַוווּסטזיניקן לערער, אַ פֿאַליבטן אין זײַן געביט וואָס קען אינספּירירן, באַײַנפֿלוסן, אָנרעגן און צוציִען דעם סטודענט אַרײַנטאָן זיך אין אַ געוויסן לימוד וואָס אַנטציקט.

וואָס אַן אמת, אַ גוטער לערער לערנט נישט, ער לערנט זײַנע סטודענטן צו טראַכטן און דאָס איז אַן איידעלע מאַטעריע. אפֿשר וועלן זיי פֿאַרגעסן די גראַמאַטיק, די אויסצוגן פֿון די קלאַסיקער פֿון אונדזער אַלטער ליטעראַטור, אָבער ווען דער לערער שטעלט אַ פֿראַגע ווי: וואָס איז, למשל, דער אונטערשייד צווישן אַ פֿראַגע, אַ שאלה, צי אַ קשיא? וועקט מען אויף בײַם סטודענט זײַן טראַכט־מאַשינעריע און ס׳אַנטוויקלט זיך אַ וויכּוח. 

וואָס זאָל איך אײַך האַקן אַ טשײַניק מיט דער וועלט־ליטעראַטור, ווען מיר האַלטן דאָ נאָך בײַם אלף־בית…