ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

חנה גרונקעוויטש־וואַלץ, די פּרעזידענטין פֿון וואַרשע
Wikimedia Commons
חנה גרונקעוויטש־וואַלץ, די פּרעזידענטין פֿון וואַרשע

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 07, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַנטיסעמיטיזם קעגן פּאָלאַקן

דער פּאָסט־אַנטיסעמיטישער אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן איז פּונקט אַזוי שטאַרק ווי דער אַמאָליקער טראַדיציאָנעלער פּוילישער אַנטיסעמיטיזם.

וואָס מיינט פּאָסט־אַנטיסעמיטישער אַנטיסעמיטיזם? די פּאָסט־אַנטיסעמיטישע אַנטיסעמיטן זענען פּאָליאַקן וואָס האָבן פֿיינט נישט קיין ייִדן, נאָר אַנדערע פּאָליאַקן, וואָס לויט זיי, זענען ייִדן.

דאָס הייסט, אַז זיי וואָלטן מסתּמא געהאַסט אמתע ייִדן מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן. נאָר וואָס זשע? קיין ייִדן זענען דאָ כּמעט נישטאָ. נו, דאַרף מען זיי אויסטראַכטן.

אין פּוילן, אַז מען האָט עמעצן פֿײַנט רופֿט מען אים אין געוויסע קרײַזן — אַ ייִד. אויב ער איז טאַקע אַ ייִד שפּילט נישט קיין ראָלע.

אַגבֿ, דאָס איז נישט קיין חידוש. דער טרויעריק־באַרימטער בירגער־מײַסטער פֿון ווין, קאַרל לועגער איז געווען אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט. דער דאָזיקער באַרימטער אַנטיסעמיט פֿלעגט אָבער זאָגן אַז ווער עס איז אַ ייִד באַשטימט ער אַליין.

אָבער לאָמיר זיך צוריקקערן קיין פּוילן. ווידזעוו איז אַ געגנט אין לאָדזש וואָס די ייִדן האָבן געשאַפֿן יש מאין. מיט הונדערט יאָר צוריק האָבן די ייִדן געקויפֿט שטיקלעך ערד בײַ די אָרטיקע פּויערים און געבויט אויף זיי טעקסטיל־פֿאַבריקן. לאָדזש בכלל און ווידזעוו בפֿרט זענען אַ דאַנק זיי געוואָרן דער גרעסטער טעקסטיל־צענטער אין מזרח־אייראָפּע.

לאָדזש איז שוין לאַנג נישט קיין אינדוסטריעלער צענטער. די לאַגע פון דער שטאָט איז הײַנט אין גאַנצן נישט פֿויגלדיק. לאָדזש האָט אָבער אַ סך פֿוסבאָל־פֿאַנאַטיקערס. איינע פֿון די פּאָפּולערסטע מאַנשאַפֿטן איז טאַקע ווידזעוו־לאָדזש.

אינעם לעצטן דערבּי האָבן די אָנהענגערס פֿון ווידזעוו־לאָדזש פֿאַרברענט גרויסע ליאַלקעס פֿון חסידישע ייִדן. פֿאַר וואָס? ווײַל זיי האַלטן אַז די צווייטע מאַנשאַפֿט איז אַ ייִדישע און ייִדן, דאַרף מען (לויט זיי) פֿאַרברענען.

די צווייטע מאַנשאַפֿט איז אַזוי ייִדיש ווי איך בין אַ טערק. אָבער מילא. דאָס האָט נישט געשטערט די אָנהענגערס פֿון ווידזעוו־לאָדזש צו שרײַען מיט אַלע כּוחות די ערגסטע קללות קעגן די ייִדן.

דער גרויסער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף, זשאַן פּאָל סאַרטער, האָט אַ מאָל געשריבן אַז אַנטיסעמיטיזם איז אַ תּאווה. אַ תּאווה האָט מיט לאָגיק גאָר נישט צו טאָן. פֿאַרקערט. דווקא דערפֿאַר וואָס זי איז נישט לאָגיש, שאַפֿט זי אַזוי פֿיל הנאה.

דאָס וואָס קיין ייִדן זענען כּמעט נישטאָ העלפֿט נישט צו באַרויִקן די אַנטיסעמיטן. דאָס איז בלויז אַ פֿאַקט. פֿאַקטן און לאָגיק אָבער אינטערעסירן נישט די אַנטיסעמיטן.


פּאַשקווילן דערקלערן אַז וואַרשע איז קאָרומפּירט ווײַל בירגער־מײַסטער איז אַ ייִדישע

און איצט צו אַ צווייטער פּאָסט־אַנטיסעמיטישער כוואַליע: דאָס מאָל אין וואַרשע.

ווי באַקאַנט זענען פּאָליטיק און קאָרופּציע נאָנעטע מחותּנים. נישט נאָר הײַנט און נישט נאָר אין פּוילן.

איך וועל אײַך נישט מוטשען מיט די דעטאַלן נאָר דערמאָנען בקיצור אַז אין וואַרשע, אַזוי ווי אין אַ סך שטעט איבער דער וועלט, האָבן מיר צו טאָן מיט גרונט־מסחר סקאַנדאַלן: REAL ESTATE SCANDALS

די טעג הערט מען באַשולדיקונגען קעגן חנה גרונקעוויטש־וואַלץ, די פּרעזידענטין פֿון וואַרשע (אַזוי הייסט דאָ דער בירגערמײַסטער) וואָס זי האָט פּראָפֿיטירט פֿון פֿאַרשיידענע גרונט־טראַנזאַקציעס אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט.

חנה גרונקעוויטש איז אין גאַנצן נישט קיין ייִדישקע. ס׳איז אמת אַז איר מאַן, וואַלץ, איז אַ ייִד און אַפֿילו אַ ייִד וואָס באַהאַלט נישט זײַנע ייִדישע וואָרצלען. פֿון באַרוף איז ער אַגבֿ אַן איבערזעצער.

ווי געזאָגט איז די פֿאַרבינדונג צווישן קאָרופּציע און פּאָליטיק גאָר קיין חידוש נישט. ייִדישע בירגער־מײַסטערס זענען אויך קיין חידוש נישט. נאָר וואָס זשע? אין וואַרשע זעט מען די טעג פּאַשקווילן וואָס געבן אַלעמען צו פֿאַרשטיין אַז די איינציקע סיבה וואָס וואַרשע איז קאָרומפּירט איז דערפֿאַר ווײַל די בירגער־מײַסטערין איז אַ ייִדישקע.

די אַפֿישן, פֿארשטייט זיך, זענען אַנאָנים. זיי רופֿן אָבער די באַפֿעלקערונג אויפֿצושטיין קעגן די ייִדישע פּאָליטיקערס און זייערע ייִדישע אַדוואָקאַטן וואָס ראַבעווען פּוילן בכלל און וואַרשע בפֿרט. די פּאַשקווילן זענען געשריבן „אין נאָמען פֿון די אמתע פּוילישע פּאַטריאָטן‟.

וואָס זענען אַזוינס „אמתע פּאַטריאָטן‟? אַפֿילו דאָס ווייסט איר נישט? אמתע פּאַטריאָטן, לויט די אַנטיסעמיטן, דאָס זענען די ניט־ייִדן.