גאַסטפֿרײַנדלעכקייט אויפֿן אוזבעקישן שטייגער

Hospitality, Uzbek Style

מאַנדי (הינטן, טראָגנדיק דאָס פּערפּעלע טיכל) מיט אַן אוזבעקישער משפּחה און עטלעכע פֿרײַנד
מאַנדי (הינטן, טראָגנדיק דאָס פּערפּעלע טיכל) מיט אַן אוזבעקישער משפּחה און עטלעכע פֿרײַנד

פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published September 08, 2016, issue of September 30, 2016.

די פֿאַרגאַנגענע װאָך האָט די אוזבעקישע רעגירונג געמאָלדן, אַז ס׳איז געשטאָרבן דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון אוזבעקיסטאַן, איסלאַם קאַרימאָװ — אַן אויטאָקראַט, װאָס האָט דערשטיקט די פֿרײַהייט פֿון אָן אַ שיעור מענטשן װעמען ער האָט חושד געװען אין פֿאַרראַט, אַפֿילו זײַן אייגענע טאָכטער.

צווישן די יאָרן 2010־2012 האָב איך זיך אַליין באַקענט מיט אַ צאָל אוזבעקער, אַרבעטנדיק װי אַן אַנטראָפּאָלאָג אין קירגיזסטאַן. איך האָב וואַרעמע זכרונות פֿון די אוזבעקער און האָב זיך אַ סך דערװוּסט װעגן זייער געזעלשאַפֿט און קולטור. װעגן איין אינצידענט, װאָס איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען מיט מײַן חבֿרטע מאַנדי, איז טאַקע כּדאַי צו דערצײלן.

אינעם טאָל פֿערגאַן, װוּ איך האָב געאַרבעט, געפֿינט זיך אַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער: קירגיזן, אוזבעקער, טאַדזשיקן, טאָטערס און אַזױ װײַטער. כאָטש עס זײַנען דאָ חילוקים צװישן זייערע שפּראַכן און מינהגים, זײַנען מערסטע פֿון די אײַנוווינער מוסולמענער. אַ מאָל זייער פֿרום און אַ מאָל גאַנץ פֿרײַ, אָבער אַלע גלייבן שטאַרק, אַז די העכסטע װערט פֿון אַלץ איז גאַסטפֿרײַנדלעכקייט. בײַ ייִדן איז הכנסת־אורחים אױך אַ גוטע מידה, אָבער דאָרטן, בײַ די אוזבעקער, גייט די גאַסטפֿרײַנדלעכקייט נאָך װײַטער ווי בײַ די ייִדן, ווי איר וועט באַלד זען.

מאַנדי און איך זײַנען ביידע געװען אױף דער באַקאַנטער סטיפּענדיע־פּראָגראַם „פֿולברײַט‟, וווּ די רעגירונג האָט אונדז באַצאָלט, כּדי מיר זאָלן פֿאָרשן אונדזערע אייגענע פּראָיעקטן. מיר זײַנען געװאָרן גוט חבֿר װײַל מיר זײַנען געװען די איינציקע אמעריקאַנער אין דער „פֿולברײַט‟־גרופּע װאָס האָבן באַשלאָסן צו װױנען אין דרום־קירגיזסטאַן, װײַל לױט די וואָרענונגען פֿונעם אױסלאַנד־מיניסטערױם, איז דרום־קירגיזסטאַן נאָך אַלץ געווען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ סכּנהדיק אָרט צו בלײַבן.

די מחברטע (רעכטס) מיט מאַנדי, לעבן אַ וואַסערפֿאַל אין אַרסלאַנבאָב, קירגיזסטאַן
די מחברטע (רעכטס) מיט מאַנדי, לעבן אַ וואַסערפֿאַל אין אַרסלאַנבאָב, קירגיזסטאַן

אָש, די דרומדיקע הױפּשטאָט פֿון קירגיסזטאַן, איז אַ געמישטע שטאָט. אַ גרױסער טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון אוזבעקער, און די קירגיזן זײַנען הײַנט קוים אַ מאַיאָריטעט. אין 2010 איז אין אָש אויסגעבראָכן אַ פּאָגראָם קעגן דער אוזבעקישער מינאָריטעט, און הונדערטער מענטשן זײַנען דערהרגעט געװאָרן. אַ טייל זענען אַפֿילו פֿאַרברענט געוואָרן לעבעדיקערהייט אין זייער אייגן הויז. דער פֿײַנטלעכער כּעס פֿון די קירגיזן קעגן די אוזבעקישע אײַנוווינער דערמאָנט אינעם אַנטיסעמיטיזם וואָס האָט במשך פֿון דער געשיכטע גורם געווען פּאָגראָמען אויף ייִדן. „פֿאַרװאָס האָבן די אוזבעקער אַזוינע שיינע הייזער? פֿאַרװאָס מאַכן זיי אַזױ פֿיל געשעפֿטן?‟ האָבן זיך געקאָכט אַ טייל פֿון די קירגיזן. „מיר לעבן װי שקלאַפֿן אין אונזערע אייגן לאַנד!‟

מײַן חבֿרטע מאַנדי רעדט אוזבעקיש אָבער נישט קיין קירגיזיש. זעענדיק ווי די קירגיזן װערן אָפֿט דענערווירט צו הערן ווי זי רעדט אוזבעקיש, האָט זי באַשלאָסן זיך איבערצוקלײַבן קיין אַרסלאַנבאָב, אַ קליין אוזבעקיש שטעטל אין קירגיזסטאַן, װײַט פֿון די פּראָסטע קירגיזן. אַרסלאַנבאָב איז ארומגערינגלט מיט שניי־באַדעקטע בערג; און דאָרט געפֿינט זיך דער גרעסטער נאַטירלעכער נוסנבױם־װאַלד אין דער װעלט. די תּושבֿים דערציילן, אַז אַלכּסנדר מוקדון איז אַ מאָל געקומען אַהין, און אים איז דאָרט אַזױ גוט געווען, אַז ער האָט תּיכּף באַשלאָסן װײַטער נישט צו קעמפֿן, און אױסגעלעבט זיינע יאָרן צװישן די נוסנביימער און װאַסערפֿאַלן. די אוזבעקער װאָס װױנען אין אַרסלאַנבאָב, פֿרומע מאַכמעדאַנער, האָבן ענלעכע מנהגים ווי די ייִדן: די מענער דעקן צו דעם קאָפּ, ענלעך צו ייִדן וואָס טראָגן אַ יאַרמולקע, און חתונה־געהאַטע פֿרויען טראָגן טיכלעך. דערצו, טאָרן חתן־כּלה פֿאַר דער חתונה זיך נישט געפֿינען אַליין צוזאַמען, פּונקט אַזױ װי דער איסור קעגן ייִחוד בײַ פֿרומע ייִדן.

פֿון צײַט צו צײַט האָבן מאַנדי און איר פֿרומע אוזבעקישע לערערין, זאַמירע, זיך צערעדט וועגן די פֿאַרשידענע מנהגים אין אַמעריקע און צענטראַל־אַזיע. נאָך אַ פּאָר חדשים זיינען זיי געװאָרן נאָענטע חבֿרטעס; פֿלעגן זיי אָפֿט שטעלן איינע דער צווייטער גאַנץ פּערזענלעכע פֿראַגעס. איין מאָל, װען זאַמירע האָט גערעדט װעגן איר אייגענער חתונה, האָט מאַנדי, צווישן אַנדערע שאלות, אויך געפֿרעגט װעגן דער ערשטער נאַכט מיט איר מאַן: „האָסטו מורא געהאַט?‟

האָט זאַמירע גלײַך געענטפֿערט: „אַװדאַי נישט. איך בין געװען אַזױ צופֿרידן צו שלאָפֿן מיט אַ מאַן!‟ מאַנדי האָט זיך צעשמייכלט, אָבער נאָך זאַמירעס קומעדיקער פֿראַגע, איז דער שמייכל פֿאַרשװוּנדן. „און דו — האָט זאַמירע געפֿרעגט — האָסטו מורא פֿאַר דער ערשטער נאַכט נאָך דער חתונה?‟

מאַנדי, אַ פֿרוי אין די דרײַסיקער, און נישט קיין פֿרומע, איז שױן לאַנג נישט געװען קיין בתולה. אָבער זי האָט געוואָלט אַרויסווײַזן דרך־ארץ פֿאַר דער אָרטיקער קולטור, און האָט אױך נישט געװאָלט אַז דאָס גאַנצע שטעטל זאָל װיסן, אַז זי איז אַזאַ „פֿרײַע‟. האָט זי פֿאָרזיכטיק געענטפֿערט: „אָפֿט מאָל אין אַמעריקע, זײַנען מיידלעך מער נישט קיין בתולות נאָך 18 אָדער 20.‟

זאַמירע האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ ביסל, און מיט גרױסע אױגן געזאָגט: „אָבער דו ביסט שױן 30!‟

„יאָ, איך װייס.‟ דערבײַ האָט מאַנדי געגעבן אַ זיפֿץ. „ס׳איז אמת אַז איך בין נישט קיין בתולה, אָבער זאָג קיינעם נישט אין אַרסלאַנבאָב. איך װיל נישט אַז מע זאָל מיינען אַז איך בין …‟

„איך פֿאַרשטיי,‟ האָט זאַמירע איבערגעריסן. „איך װעל עס האַלטן בסוד.‟

דעם צװײטן טאָג האָט זאַמירע פֿרי געקלאַפּט אין מאַנדיס טיר. „מאַנדי,‟ האָט זי, אַ פֿאַרסאָפּעטער, געזאָגט. „נאָך דעם װאָס דו האָסט מיר נעכטן דערציילט, האָב איך אַ גאַנצע נאַכט נישט געקענט שלאָפֿן.‟

מאַנדי האָט זיך אַ ביסל געשעמט, וואָס זאַמיראַ האָט געטראַכט אַזױ פֿיל װעגן איר סעקסועלן לעבן, און זי האָט נישט געװאָלט אַז זי זאָל מיינען אַז דער מערבֿדיקער צוגאַנג צו סעקס איז בעסער װי דער צוגאַנג פֿון זאַמיראַס קולטור. „איך װייס, אונדזערע מנהגים זײַנען אַ ביסל אַנדערש פֿון דײַנע,‟ האָט זי אָנגעהױבן צו דערקלערן, אָבער זאַמירע האָט זי אָפּגעשטעלט.

„ניין, ניין, דאָס מאַכט מיר נישט אױס. װאָס אַרט מיך יאָ איז אַז דו ביסט דאָ… אָן קיין מאַן. דו האָסט תּאװות, אָבער דו קענסט זיי נישט באַפֿרידיקן. דערפֿאַר האָב איך געטראַכט, אַז איך זאָל בעטן מײַן מאַן. האָב איך טאַקע דאָס געטאָן. נעכטן, װען איך האָב נישט געקענט שלאָפֿן, האָב איך אים געבעטן: אפֿשר קענסטו שלאָפֿן מיט מאַנדי? זי איז אַליין דאָ. עס װאָלט געװען אַ גרױסע מצווה. און װייסט װאָס? ער איז נישט געװען דערקעגן!‟

אַ נײַער מעטשעט אין אַרסלאַנבאָב
אַ נײַער מעטשעט אין אַרסלאַנבאָב

מאַנדי איז געבליבן געפּלעפֿט. נו, אַוודאי, נישט קיין חידוש, אַז אַ פֿופֿציק־יאָריקער מאַן װאָלט זיך נישט אַנטקעגנגעשטעלט צו שלאָפֿן מיט אַ יונגער, שיינער, אַמעריקאַנער מיידל, אָבער מאַנדי איז פֿאָרט געװען זייער גערירט פֿון איר לערערס גוטסקייט. זע נאָר ווי זי האָט אַזױ טיף געטראַכט װעגן מאַנדיס פֿאַרלאַנגען, אַז זי איז געװען גרײט גובֿר צו זײַן איר אייגענעם אייפֿערזוכט… און אַלץ צוליב חבֿרשאַפֿט.

מאַנדי האָט זיך געפֿילט זייער דאַנקבאַר, אָבער האט געענטפֿערט: „אַ שיינעם דאַנק פֿאַר דײַן זייער שיינעם אײַנפֿאַל, אָבער דאַרפֿסט זיך נישט זאָרגן וועגן מיר… איך קען זיך אויך אַליין באַפֿרידיקן.‟ מאַנדי האָט געגעבן אַ שמייכל, און זאַמירע האָט שוין פֿאַרשטאַנען אויפֿן וווּנק.

„יאָ, זיכער, מיר טוען דאָס אױך!‟ האָט זאַמיראַ געזאָגט.

אויף מאַנדי און אויף מיר האָט דער אינצידענט געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק. אונדז האָט זיך געדאַכט, אַז בײַ די פֿרומע מאַכמעדאַנער וואָלט מען זיך באַצויגן זייער קאָנסערוואַטיוו צום ענין, סעקס. דאָ האָבן מיר אָבער אַנטדעקט, אַז ווען עס רעדט זיך וועגן גאַסטפֿרײַנדלעכקייט, קען מען אַפֿילו דעם אייגענעם מאַן שענקען אויף אַ נאַכט. ס׳איז גלײַך ווי זאַמיראַ וואָלט פֿאַרשטאַנען דעם פּסוק: „איר זאָלט ליב האָבן דעם פֿרעמדן, װאָרום פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מצרים‟.