קען אַ קאַוואַליער זײַן צו גוט?

Can a Suitor Be Too Perfect?

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published August 18, 2016, issue of September 30, 2016.

(די 4 טע זײַט פֿון 6)

ווען איך האָב אים דערזען האָב איך נישט געקענט גלייבן די אויגן. דער מאַן וואָס האַלט אַ שילד מיט מײַן נאָמען זעט אויס ווי אַן אַקטיאָר אין אַן אַרמאַני מאַנטל און טײַערע לעדערנע שיך. זײַן שמייכל, מיט די בלישטשענדיקע ווײַסע ציין האָט מיך שיִער נישט פֿאַרכּישופֿט. 

„אויף וואָסער קאַרוסעלע איז דײַן וואַליסקע?“ האָט ער מיך געפֿרעגט, און נאָך איידער איך האָב געקענט געבן אַ טראַכט האָט ער אַליין צוגעגעבן, „יאָ, איך האָב זיך פֿריִער נאָכגעפֿרעגט: נומער דרײַ. מיר וועלן ביידע צוגיין אַהין און דו וועסט זי מיר ווײַזן“.

כ׳האָב זיך פֿאַררייטלט. רבונו־של־עולם, יעצט מוז איך זיך שעמען מיט מײַן וואַליסקע וואָס איז נישט קיין „גוטשי‟ אָדער „קאָוטש‟. מיר האָבן גערעדט אַ ביסל וועגן דעם פֿלי ביז איך האָב געטייטלט מיט אַ פֿינגער אויף מײַן לילע וואַליסקע. ער האַט גאָרנישט געזאָגט, נאָר ווידער געשמייכלט און אויפֿגעהויבן די וואַליסקע ווי זי וואָלט געווען אַ שפּילצײַג.

„מײַן אויטאַ איז נישט ווײַט,“ האָט ער געזאָגט. איך בין אים נאָכגעגאַנגען ווי אַ לעמעלע נישט מער ווי עטלעכע טריט פֿון דער טיר פֿונעם לופֿטוואָקזאַל צו אַ מערצעדעס. איך בין נאָך קיין מאָל נישט געפֿאָרן אין אַזאַ טײַערן אויטאָ. אינעווייניק האָט לײַכט געשמעקט פֿון זײַן קעלניש און אַלץ איז געווען פֿון געפּוצט טונקל האָלץ און גאָלד. כ׳האָב זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ ברייט געזעס פֿון ווייכן לעדער און דערפֿילט ווי כ׳וואָלט דאָרטן געקענט זיצן אַ גאַנצע נאַכט: אַזוי באַקוועם, אַזוי גערעם.

ער האָט מיך געפֿרעגט וועגן מײַן אַרבעט אין אוניווערסיטעט, מײַנע סטודענטן און איך האָב איך געפֿרעגט וועגן זײַן אויפֿוואַקסן אין אַרעגנטינע און מיר האַבן זייער גיך געשלאָסן אַ חבֿרשאַפֿט.

ווען ס׳איז אויף אַ מינוט שטיל געוואָרן האָט ער זיך אַנטשולדיקט וואָס דער קאָמפּאַקטל־שפּילער איז צעבראָכן. ער האָט מיר געוויזן אַ קאָמפּאַקטל פֿון אַנדעאַ באַטשעלי און געזאָגט, אַז ער האָט אים אָנגעגרייט צו שפּילן פֿאַר מיר ווײַל ר׳איז זייער ראָמאַנטיש. המם, ראָמאַנטיש טראַכט איך זיך. איך האָב מיט אים גערעדט נישט מער ווי דרײַ מאָל און ער וויל מיר שפּילן אַנדעאַ באַטשעליס זינגען פֿון וועלכעס אַ שטיין קען זיך צעגיין. דערנאָך האָב איך געטראַכט: נישט דאָס האָסטו געוואָלט? איז דאָס נישט געווען דײַן חלום אין די לאַנגע, פֿינצטערע, עלנטע נעכט?

ער האַט איבערגעריסן מײַנע געדאַנקען: „איך ווייס אַז דו מוזט זײַן הונגעריק נאָך דער לאַנגער רײַזע, אָבער כ׳וואָלט געוואָלט נעמען דעם אַנדערן אויטאָ אין וועלכן דער קאָמפּאַקטל־שפּילער אַרבעט גוט. דו מוזט הערן אַנדעאַ באַטשעלי. אָט זײַנען מיר!“ און ער פֿאָרט אַרײַן אין לאַנגן אַרײַנפֿאָר וואָס דערפֿירט נישט צו קיין הויז, נאָר צו אַ פּאַלאַץ. אַזוי גרויס, אַזוי פֿיל פֿענצטער, אַזעלכע גרויסע, שיינע ביימער פֿאָרנט. 

„דאָס איז דײַן הויז?“ האָב איך אים געפֿרעגט. „דו ביסט אַן אַלמן, וווינסטו דאָ אַליין?“

„ניין, נישט אַליין! דער פּערסאָנאַל וווינט דאָ אויך. זיי וווינען אין אַן אַנדער, באַזונדערן טייל הויז“.