נסים אױפֿן ים

Wonders on the Sea

פּראָפֿעסאָר קען פֿרידען אין זײַן בוך „רײַזעס אין דער איבערזעצונג”
פּראָפֿעסאָר קען פֿרידען אין זײַן בוך „רײַזעס אין דער איבערזעצונג”

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 18, 2016, issue of September 30, 2016.

װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן ים־רײַזעס מיטן אױפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור? אַװדאי איז דער דאָזיקער זשאַנער זײער חשובֿ אין אַנדערע ליטעראַטורן, בפֿרט אױף ענגליש, אָבער ייִדן האָבן דאָך ניט געהאַט קײן אײגענעם ימ־פֿלאָט. ייִדישע סוחרים זײַנען יאָ געװען פֿאַרטאָן אין ים־האַנדל, און אײניקע ייִדן פֿלעגן אױך פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל אױף דער עלטער, אָבער קײן סך ליטעראַרישע שפּורן האָבן זײ ניט געלאָזט.

און דאָך, װי עס טענהט פּראָפֿעסאָר קען פֿרידען אין זײַן בוך, Travels in Translation [רײַזעס אין דער איבערזעצונג], האָבן די שילדערונגען פֿון ים־רײַזעס טאַקע שטאַרק באַװירקט די אַנטװיקלונג פֿון דער נײַער העברעיִשער ליטעראַטור.

געװײנטלעך האַלט מען, אַז די מאָדערנע ליטעראַטור אויף עבֿרית האָט זיך אַנטװיקלט אין צװײ באַזונדערע פּאַראַלעלע שטראָמען — דעם חסידישן און דעם משׂכּילישן. פֿרידען האַלט, אַז די טעמע פֿון ים־רײַזעס איז דװקא געװען אַ בשותּפֿותדיקע. ער אַנאַליזירט אין פּרטים די שפּראַך פֿון פֿאַרשידענע העברעיִשע טעקסטן פֿון סוף־אַכצנטן ביז אָנהײב נײַנצנטן יאָרהונדערט, און דערװײַזט, װי אַזױ די מחברים האָבן געשאַפֿן אַ נײַעם װאָקאַבולאַר און סטיל פֿאַר באַשרײַבן די דערפֿאַרונג פֿון ים־רײַזעס.

ביז יענער צײַט, שרײַבט פֿרידען, „איז דער צענטער פֿון דער ייִדישער געאָגראַפֿיע געװען ארץ־ישׂראל‟, און די עטלעכע עלטערע העברעיִשע רײַזע־באַשרײַבונגען פֿון איטאַליענישע ייִדן שעפּן זײער שפּראַך און בילדערישקײט פֿונעם תּנ״ך, בפֿרט ספֿר יונה. פֿאַר די טעכנישע באַגריפֿן, װאָס האָבן צו טאָן מיט ימישער טערמינאָלאָגיע, באַנוצן זײ זיך מיט איטאַליענישע װערטער. אָבער זײער װעלטבאַנעם פֿאַרבלײַבט אײנגעװאָרצלט אינעם תּנ״ך.

אַ װיכטיקער חידוש אינעם דאָזיקן טראַדיציאָנעלן נוסח האָט אַרײַנגעבראַכט ר׳ נתן שטערנהאַרץ, װאָס האָט פֿאַרשריבן סיפּורים פֿון ר׳ נחמן פֿון ברעסלאָװ. װי ער דערקלערט, האָט ער אין זײַנע איבערטײַטשונגען פֿון ר׳ נחמנס גערעדטן ייִדיש אױף לשון־קדוש געהאַלטן נאָענט צו דעם אָריגינעלן בעל־פּהיִקן „לשון אַשכּנז‟. גאַנץ אָפֿט האָט שטערנהאַרץ אַריבערגעטראָגן ייִדישע גראַמאַטיק אין העברעיִש. למשל, ער האָט כּסדר איבערגעזעצט „זיך‟ װי „עצמו‟: פֿון „ער האָט זיך ניט מיאש געװען‟ איז געוואָרן „לא היה מיאש עצמו‟, װאָס איז גראַמאַטיש ניט קאָרעקט אױף העברעיִש. אָבער אַזאַ מין פֿאַרייִדישטער לשון־קודש האָט געקלונגען הײמיש און מער צוטריטלעך פֿאַרן חסידישן עולם, װאָס איז ניט געװען גוט באַהאַװנט אין חכמת־הדקדוק.

שטערנהאַרצעס באַריכט פֿון זײַן אײגענער נסיעה קײן ארץ־ישׂראל, „ימי מוהרנ״ת‟, פֿאַרמאָגט מער פֿאַקטישע און רעאַליסטישע פּרטים װי ר׳ נחמנס רײַזע־באַשרײַבונג. ר׳ נתן דערצײלט װעגן זײַן דערפֿאַרונג אױף דער שיף פֿון אָדעס קײן סטאַמבול, װעגן ספֿרדישע ייִדן, און, נאַטירלעך, װעגן דעם שטורעם אױפֿן ים. אױף דער שיף האָט ער מחלוקותן מיט װילנער מתנגדים, װאָס האַלטן ניט פֿון חסידות. אין טערקײַ באַמערקט ער, אַז די „פֿרענקין‟ (ספֿרדים) רעדןּ העברעיִש ניט װי „לשון הקודש שלנו‟ און אַז זײערע מנהגים זײַנען אַנדערש פֿון די אַשכּנזישע. סײַ נחמנס און סײַ שטערנהאַרצעס חיבורים שפּיגלען אָפּ זײער „ביז־מאָדערנעם װעלטבאַנעם‟, אָבער זײער שפּראַך איז מער פֿאָרגעשריטן אײדער זײער אידעאָלאָגיע, פֿאַרסך־הכּלט פֿרידען. ייִדיש האָט אין זײערע טעקסטן געשאַפֿן אַ סטיליסטישן הינטערגורנט פֿאַרן לשון־קודש און אַזױ אַרום צוגעגעבן אים מער לעבעדיקײט און דינאַמישקײט.

גאָר אַנדערש האָבן באַהאַנדלט דעם זשאַנער פֿון ים־רײַזע די משׂכּילים. זײ האָבן צוגעפּאַסט דעם אײראָפּעיִשן ליטעראַרישן נוסח צו דער העברעיִשער ליטעראַטור. זײער פּראָגראַם איז געװען צו פֿאַרברײטערן די גרענעצן פֿון דער ייִדישער װעלט און עפֿענען די אײראָפּעיִשע קולטור פֿאַרן ייִנגערן דור. די ערשטע משׂכּילים האָבן געהאַלטן פֿאַר זײער מוסטער דאָס רײנע לשון פֿונעם תּנ״ך, אָבער די דאָזיקע לינגװיסטישע רעסורסן האָבן װײַט ניט געקלעקט פֿאַר שאַפֿן אַ מאָדערנע ליטעראַטור.

דעם װיכטיקן שריט פֿאָרױס האָט געמאַכט דער האַמבורגער משׂכּיל מיטן נאָמען משה מענדעלסאָן־פֿראַנקפֿורט (קײן שײַכות נישט צו משה מענדעלסאָן פֿון דעסאַו). זײַן אױפֿטו איז געװען די העברעיִשע איבערטײַטשונג פֿונעם פּאָפּולערן דײַטשישן בוך „די אַנטדעקונג פֿון אַמעריקע‟, װאָס איז געװאָרן אַ מוסטער פֿאַר װײַטערדיקע העברעיִשע אַדאַפּטאַציעס. דער צװעק פֿון מענעלדסאָן־פֿראַנקפֿורט איז געװען קודם־כּל אַ פּעדאַגאָגישע: צו באַקענען די ייִדישע יוגנט מיט דער אַרומיקער װעלט. און כּדי צו דערגרײכן דעם דאָזיקן ציל האָט ער געדאַרפֿט שאַפֿן אַ נײע דערצײלערישע העברעיִשע שפּראַך, װאָס האָט אַרײַנגענומען אַלע היססטאָרישע שיכטן פֿון דעם תּנ״ך ביז חז״ל.

אָבער דער הױפּטהעלד פֿון פֿרידענס שטודיע איז מענדעל לעװין סאַטאַנאָװער. זײַן ספֿר „מסעות הים‟, אַן איבערטײַטשונג פֿון קאַמפּעס „רײַזעבאַשרײַבנוגען‟ האָט „אַריבערגעטראָגן די הערבעיִשע לײענער אינעם אַרקטישן און פּאַציפֿישן ים, װײַט פֿון דער טקאַדיציאָנעלער ייִדישער װעלט מיטן צענטער אין ציון‟. דאָס דאָזיקע װערק איז אַ װיכטיקער מײַלשטײן אױפֿן װעג צו דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור, האַלט פֿרידען.

צו פֿרידענס פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון משׂכּילישע און חסידישע טעקסטן קאָן מען צוגעבן, אַז עלעמענטן פֿון ים־רײַזעס טרעפֿן זיך אױך אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און אין דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור. אײניקע סוזשעטן װי, למשל, די אַגדישע מעשׂיות װעגן רבה בר בר חנה, האָבן געמאַכט גלגולים צװישן „אײן טױזנט און אײן נאַכט‟ ביז „צאינה וראינה‟. ער איז אױך געװען אַ חשובֿע פֿיגור פֿאַר ר’ נחמן. אַזױ אַרום זײַנען די געאָגראַפֿישע האָריזאָנטן פֿון ייִדישן כּוח־הדמיון אין דער ביז־מאָדערנער תּקופֿה געװען גאַנץ ברײט און ניט אומבאַדינגט באַגרענעצט דורך ארץ־ישׂראל.