די ערשטע חסידישע ריכטערין

First Female Hasidic Judge

רוחי פֿרײַער (אין מיטן), נאָכן גרינדן אַן אַמבולאַנס־קאָרפּוס, וווּ אַלע וואָלונטירן זענען פֿרויען
רוחי פֿרײַער (אין מיטן), נאָכן גרינדן אַן אַמבולאַנס־קאָרפּוס, וווּ אַלע וואָלונטירן זענען פֿרויען

פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published September 28, 2016, issue of September 30, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„ווען איך האָב אויסגעפֿונען אַז כ׳האָב געוווּנען, בין איך געווען אַזוי דאַנקבאַר די וויילער, אַז איך האָב ממש געוואָלט אויפֿהענגען אַ ריזיקן טראַנספּאַראַנט אויפֿן העכסטן בנין אין דער געגנט, מיט די ווערטער: „אַ גרויסן דאַנק אײַך אַלעמען, באָראָ פּאַרק!‟

ס׳איז אינטערעסאַנט, וואָס די חסידישע וויילער שטיצן אַ פֿרוי פֿאַר אַ פּאָליטישער פּאָזיציע; שוין אָפּגערעדט — אַ חסידישע. פֿאַרקערט, איר ערשטע אַרבעט איז דווקא געװען בײַ די סאַטמאַרער. איידער זי האָט אַפֿילו באַקומען איר יורידישן דיפּלאָם האָט מען איר שוין אָנגעשטעלט אין מאָנראָו, צו העלפֿן די סאַטמערער זיך אַן עצה געבן מיט די נישט־חסידישע אײַנוווינער, וואָס האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער וואַקסנדיקער חסידישער באַפֿעלקערונג.

רוחיס פּאָליטישע חריפֿות איז דעמאָלט שטאַרק צו ניץ געקומען, װײַל זי האָט באַלד פֿאַרשטאַנען די הויפּט־פּראָבלעם: די גױים פֿאַרשטיין זיי פּשוט נישט. זי האָט פֿאָרגעלייגט די סאַטמאַרער כּלל־טוער זיך פֿאַרבינדן מיט דער סעקולערער פּרעסע, אָבער יענע האָבן געענטפֿערט: „ס׳װעט גאָרנישט העלפֿן. זיי זיינען סתּם אַנטיסעמיטן.‟

האָט רוחי אַליין אויסגעזוכט דעם רעפּאָרטער װאָס האָט געשריבן די נעגאַטיװסטע אַרטיקלען וועגן די חסידישע אײַנוווינער. „איך בין אַליין אַ חסידישע פֿרױ — האָט זי אים געזאָגט — און כ׳בין גרייט אײַך צו געבן אַ געלעגנהייט זיך בעסער צו באַקענען מיט די חסידים אין געגנט.‟ דער רעפּאָרטער האָט מסכּם געווען.

רוחי האָט געבעטן אַ סאַטמאַרער משפּחה אויפֿצונעמען דעם רעפּאָרטער, אָבער זיי האָבן זיך אַ ביסל איבערגעשראָקן איבער דעם, און געגאַנגען פֿרעגן אַ שאלה. „מעג מען פֿאַרבעטן אַזאַ גױ אין שטוב, כּדי אַז ער זאָל זען װי אַזױ מיר לעבן?‟ האָט דאָס פּאָרפֿאָלק געפֿרעגט זייער רבֿ.

„נישט נאָר מעג מען; מע מוז,‟ האָט זייער רבֿ געענטפֿערט. דער רעפּאָרטער איז געקומען, און איז געווען אַזוי נתפּעל פֿון רוחיס פּאָליטישע פֿעיִקייטן, אַז ער האָט שוין געוואָלט אָנשרײַבן אַן אַרטיקל וועגן איר גופֿא. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ מענטש פֿון דער נישט־ייִדישער פּרעסע האָט געשריבן אַ וואַרעמען פּראָפֿיל פֿון אַ חסידישער פֿרױ, און רוחיס שם האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט.

רוחי האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין אינערלעכע מחלוקתן. אין 2011 האָבן עטלעכע פֿרויען זיך געוואָנדן צו איר, וועגן דעם וואָס זיי ווילן אַרבעטן ווי וואָלונטירן פֿאַר „הצלה‟, דער ייִדישער מעדיצינישער נויטפֿאַל־דינסט, אָבער „הצלה‟ לאָזט זיי נישט ווײַל זיי זענען פֿרויען.

„ס׳איז נישט געווען קיין ענין פֿון פֿעמיניזם, נאָר פֿון צניעות,‟ האָט רוחי דערקלערט. „אַ סך ייִדישע טעכטער ווילן פּשוט נישט גיין צו קינד פֿאַר פֿרעמדע מענער. די פֿרויען וואָס זענען געקומען צו מיר זענען נישט קיין אונטערהעצערס, נאָר פֿאַרקערט — פֿײַנע, פֿרומע, ערלעכע ייִדישע טעכטער‟.

רוחי האָט געפּרוּווט איבערצײַגן „הצלה‟ זיי אָנצונעמען אָבער די אָרגאַניזאַציע האָט געטענהט, אַז דאָס איז קעגן דער הלכה. איז רוחי אַליין געװאָרן אַ פּאַראַמעדיקער. אַ יאָר לאַנג האָט זי זיך אויסגעשולט, און דערנאָך געגרינדעט איר אייגענעם חסידישן אַמבולאַנס־קאָרפּוס פֿאַר פֿרױען, „עזרת־נשים‟.

נישט געקוקט אויף אירע אויפֿטוען, איז רוחי אומבאַקוועם ווען מער לויבט זי; פֿאַרקערט — זי וויצלט זיך וועגן דעם. װען אַ חבֿרטע אירע האָט איר, למשל, געזאָגט אַז זי װעט זיכער געװינען די װאַלן װײַל זי איז אַזאַ „שטאַרקע‟, האָט רוחי זיך צעלאַכט. „איך, אַ שטאַרקע? כ׳װעג נאָר 95 פֿונט!‟

זי האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע, און צוגעגעבן: „אָבער מײַן אמונה אינעם אייבערשטן — דאָס איז יאָ אַ שטאַרקע.‟

דאָס לידל וואָס אַ גרופּע חסידישע יונגע לײַט האָבן אָנגעשריבן פֿאַר רוחיס קאַמפּאַניע: