באַבעלס אייניקל זוכט שפּורן פֿונעם זיידן

Isaac Babel's Grandson Searches For Traces of His Grandfather

Courtesy of Findingbabel.com

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published October 07, 2016, issue of October 26, 2016.

פֿינעף און זיבעציק יאָר נאָך דעם ווי מע האָט אומגעבראַכט דעם באַקאַנטן סאָוועטישן שרײַבער אײַזיק באַבעל, איז זײַן אייניקל, אַנדרע מאַלאַעוו־באַבעל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דראַמע, געפֿאָרן אויף אַ נסיעה צו באַזוכן די שטעט און שטעטלעך וואָס האָבן געשפּילט אַ ראָלע אינעם לעבן און ווערק פֿון זײַן זיידן. אַ נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם, Finding Babel, וואָס פֿילמירט אַנדרעע אויף זײַן נסיעה, האָט די פּרעמיערע אין ניו־יאָרק דעם האַרבסט.

דער פֿילם האָט שוין געוווּנען אַ ספּעציעלן יורי־פּריז אויפֿן מאָסקווער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל.

אײַזיק באַבעל איז געבוירן געוואָרן אין 1894 אין דער מאָלדאָוואַקאַ אין אָדעס, אַ געגנט באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט. אין 1939 איז ער אומגעבראַכט געוואָרן דורך סטאַלינען, ווי טויזנטער אַנדערע שרײַבער און קינסטלער. באַבעל האָט געקענט ייִדיש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן, אָבער האָט זיך געדרוקט בלויז אויף רוסיש. זײַנע ביכער „רויטע קאַוואַלעריע‟ און „אָדעסער דערצײלונגען‟ (מיטן העלד, דער אונטערוועלטניק בעניע קריק) האָבן אים געמאַכט אַ שם איבער דער גאַנצער וועלט. זײַן ווערק „טאָגבוך 1920‟, וואָס ווערט אָפֿט ציטירט אינעם פֿילם, איז אַ בילד פֿון די קאָזאַקן, פֿול מיט בלוט־פֿאַרגיסונג און גוואַלד־מעשׂים — און די ייִדן זענען געוויינטלעך די קרבנות.

זײַן ווערק האָט אָפֿט נישט צופֿרידן געשטעלט די וואָס האָבן געהאַלטן אַן אויג אויף דער געטרײַשאַפֿט צו דער בײַטנדיקער סאָוועטישער פּאָליטישער ליניע. אָבער אַ דאַנק (צום טייל) זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט מאַקסים גאָרקי און זײַן וואַקסנדיקער באַרימטקייט האָט מען אים יאָרן לאַנג נישט „געטשעפּעט‟.

אינעם פֿילם, ווען אַנדרע מאַלאַעוו־באַבעל קומט אָן אין אַ שטעטל, לייענט דער אַמעריקאַנער אַקטיאָר ליעוו שרײַבער אויסצוגן פֿון באַבעלס ווערק וואָס האָבן אַ שײַכות צום אָרט. איינער פֿון די מער שאַפֿערישע אַספּעקטן פֿונעם פֿילם איז די קינאָמאַגראַפֿיע, וואָס ווײַזט די ערטער אין אַ האַלב־רעאַליסטישן, האַלב־אַנימירטן סטיל בשעת מע לייענט. ווען סע רעדט זיך וועגן אָדעס ווײַזט מען אויך טיילן פֿון אַן אַלטן סאָוועטישן שטומפֿילם פֿון די 1920ער יאָרן וועגן בעניע קריק. אָדעס האָט בפֿירוש געשפּילט אַ מער וויכטיקער ראָלע אין באַבעלס לעבן, און מאַלאַעוו־באַבעל קומט אָן אין דער שטאָט ווען מע אַנטפּלעקט אַ ריזיקע סטאַטוע פֿונעם שרײַבער. נאָר אין אָדעס האָט ער די געלעגנהייט אַרײַנצוגיין אין די דירות וווּ די משפּחה באַבעל האָט אַמאָל געוווינט.

נאָך דעם ווי דאָס אייניקל פֿאָרט אַרום אוקראַיִנע און דער אַמאָליקער גאַליציע, וווּ באַבעל איז מיטגעפֿאָרן מיט דער קאַוועלעריע, פֿאָרט ער קיין פּאַריז. דאָרטן האָט זײַן זיידע, באַבעל, געהאַט אַ ווײַב און אַ דרײַ־יאָריק טעכטערל, נאַטאַשאַ, אָבער צוריקפֿאָרן קיין מאָסקווע האָט זײַן פֿרוי נישט געוואָלט. אין פּאַריז רעזשיסירט מאַלאַעוו־באַבעל אַ פּיעסע פֿונעם זיידן, „מאַריאַ‟, מיט אַ גרופּע אַקטיאָרן. די דאָזיקע דראַמע, וואָס קומט פֿאָר אין פּעטערבורג אין 1920, דערציילט וועגן אַ גרופּע רוסישע אַריסטאָקראַטן וואָס פּאַסן זיך נישט אַרײַן אין דער נײַער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. אַזוי ווי דער כאַראַקטער גאָדאָ, קומט דער כאַראַקטער מאַריע אין באַבעלס פּיעסע קיין מאָל נישט אָן. אין 1935, אין דער צײַט פֿון סטאַלינס „גרויסן טעראָר‟, ווען מיליאָנען זענען אומגעקומען, האָט די מלוכה אָפּגעשטעלט באַבעלס פּיעסע „מאַריע‟ נאָך עטלעכע רעפּעטיציעס.

אויב ער האָט זיכער שוין געזען די סכּנה פֿון וווינען אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַר וואָס איז באַבעל דאָרטן טאַקע געבליבן? פֿאַר וואָס האָט ער נישט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד און געפֿאָרן צו זײַן משפּחה אין פּאַריז? איין ענטפֿער גיט די אַלמנה פֿונעם פּאָעט און זינגער וולאַדימיר וויסאָצקי, און דערמיט האָט זי אין זינען סײַ איר מאַן, סײַ באַבעל — אָן זייער שפּראַך, רוסיש, האָבן זיי נישט געקענט לעבן. זיי האָבן געמוזט זײַן צווישן זייער עולם, אין זייער רוסלאַנד.

צוריק אין מאָסקווע, נאָך פּאַריז, האָט באַבעל פֿאַר זיך געמאַכט אַ נײַ לעבן מיט אַנטאַנינאַ פּיראַשקאָוואַ, די באָבע פֿונעם פֿילמאָגראַף מאַלאַעוו־באַבעל. זי איז געווען אַ זעלטענע פֿרוי, וועלכע האָט געבויט וועלט־באַרימטע אונטערבאַן־סטאַנציעס אין מאָסקווע. זי האָט נאָך געלעבט ווען מע האָט געמאַכט דעם פֿילם, און די סצענעס אין וועלכע זי רעדט זענען צווישן די שטאַרקסטע אינעם פֿילם.

איין דראַמאַטישער מאָמענט איז כּדאַי צו דערמאָנען: ווען מאַלאַעוו־באַבעל וויל פֿילמירן דאָס דאַטשעהויז וווּ זײַן זיידע האָט געוווינט, און וווּ ער איז אַרעסטירט געוואָרן, רײַסן די וועכטער אַוועק זײַן פֿילם־אַפּאַראַט און מיקראָפֿאָן און שטופּן אים צו ד’רערד — געוויסע זאַכן האָבן זיך נישט צופֿיל געביטן אינעם „נײַעם‟ רוסלאַנד.

צום סוף פֿונעם פֿילם נישטערט דאָס אייניקל אין רוסישע אַרכיוון, און געפֿינט אויס, אַז אַ העלפֿט פֿון באַבעלס פּאַפּקעס זענען פֿאַרשוווּנדן. וואָס איז געוואָרן פֿון זײַנע נישט־געדרוקטע מאַטעריאַלן בלײַבט אַ מיסטעריע, און ווער ווייסט? אפֿשר אַ מאָל וועט מען זיי געפֿינען. ווען מאַלאַעוו־באַבעל פֿאָרט אויף קבֿר־אָבֿות צו דעם זיידן, וואָס ליגט אין אַ מאַסנגרוב הינטער אַ מאָנאַסטיר, דערציילט מען אַז אויך מיכאָעלס ליגט דאָרטן באַגראָבן. פֿערצן יאָר נאָך זײַן טויט, נאָך דעם ווי ער איז דערשאָסן געוואָרן אין דער ליובאַנקע־תּפֿיסה אין 1939, האָט מען אויף ס’נײַ געפּסקנט, אַז באַבעל איז אומשולדיק.

די מוזיק פֿונעם פֿילם האָט קאָמפּאָנירט „ליאָוואַ‟, אַ באַקאַנטער מוזיקער אין ניו־יאָרק, וועלכער טרעט אויף אויך מיט ייִדישער מוזיק. ער האָט ריכטיק געכאַפּט די פֿאַרשיידענע שטימונגען פֿונעם פֿילם: מיסטעריע, טרויער און שאָק. קיין סך פֿרייד פֿילט מען נישט אַוודאי אין אַזאַ געשיכטע.

די ערשטע העלפֿט פֿונעם פֿילם איז נישט קיין סך אַנדערש פֿון אַנדערע פֿילמען אין וועלכע קרובֿים ווילן „אַנטדעקן‟ עפּעס וועגן זייערע אַמאָליקע קרובֿים, און דערפֿאַר פֿאָרן זיי צוריק צו דער אַלטער היים. ערשט אין דער צווייטער העלפֿט פֿילט מען, אַז די דאָזיקע געשיכטע איז וויכטיק, נישט בלויז פֿאַר אַ קליינער גרופּע, נאָר פֿאַר אַ ברייטערן עולם וואָס האָט געלייענט באַבעל. ווען מע וואָלט אין גאַנצן אַרויסגענומען די סצענע אין פּאַריז און אַנדערע טיילן אין אָנהייב, וואָלט מען מער הנאה געהאַט פֿונעם גאַנצן פֿילם וואָס האָט זיך אַ ביסל געשלעפּט. די חסידים פֿון באַבעלס שריפֿטן, און דאָס באַשטייט פֿון מיליאָנען לייענער, וועלן פֿונעם פֿילם זיכער געניסן.

אַ קליינער אויסצוג קען מען זען דאָ://www.findingbabel.com