די ייִדישע געשיכטע פֿונעם „פֿלאָף‟־פֿעסטיװאַל

The Jewish History Of the Fluff Festival

פֿיר אָרגאַניזירער פֿונעם פֿעסטיוואַל. אויף לינקס: פּערעלע און מיכל כּץ
ליבע גריץ
פֿיר אָרגאַניזירער פֿונעם פֿעסטיוואַל. אויף לינקס: פּערעלע און מיכל כּץ

פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published October 14, 2016, issue of October 26, 2016.

באָסטאָן האָט אַ גרױסע ייִדישע קהילה, אָבער דאָס שטעטל סאָמערװיל, אויך אין מאַסאַטשוסעטס, איז נישט אַזוי באַקאַנט פֿאַר אירע ייִדן ווי פֿאַר דעם וואָס יעדן האַרבסט קומען אַהין עטלעכע טױזנט מענטשן לכּבֿוד דעם זיסן אַמעריקאַנער באַשמירעכץ: „פֿלאָף‟. 

„פֿלאָף‟, וואָס מע באַשמירט אויף אַ רעפֿטל ברויט, איז ענלעך צום טעם פֿון שנייקישעלעך („מאַרשמעלאָ‟). דער באַקאַנטסטער אופֿן אים צו עסן איז צו מאַכן דערפֿון אַ „פֿלאָפֿערנאָטער‟ — אַ שניטקע פֿון „פֿלאָף‟ מיט סטאַשקעשמיר. 

יעדעס יאָר, איידער מע הײבט אָן דעם פֿעסטיװאַל, שטעלט זיך אָפּ דאָס גאַנצע געפֿאָר אין סאָמערװיל, און מע צאַמט אײַן דעם צענטער פֿון שטעטל, יוניאָן סקװער, כּדי מענטשן זאָלן קענען קומען פֿון אומעטום צו עסן און אַפֿילו זיך צו שפּילן מיטן פֿלאָף.

ליבע גריץ און מיכל כּץ, אַ 60־יאָריק ייִדיש־רעדנדיק פּאָרפֿאָלק, האָט זינט דעם סאַמע אָנהייב פֿון דעם יערלעכן פֿעסטיוואַל מיט עלף יאָר צוריק, געהאָלפֿן עס אָרגאַניזירן. זיי וווינען שוין אין סאָמערוויל 32 יאָר לאַנג. „װען מיר האָבן געקױפֿט אונדזער הױז, זײַנען מיר געװען די איינציקע ייִדישע משפּחה דאָרט, און מיר זענען אויך די איינציקע וואָס זענען דאָרט נישט געבוירן געוואָרן,‟ האָט ליבע דערציילט בעת אַן אינטערוויו אױף מאַמע־לשון אין איר גאַסטצימער, װוּ זי פֿירט יעדן חודש אַ ייִדישן שמועסקרײַז. 

„װען איך האָב געזאָגט מיין דאָקטאָר אַז איך קלײַב זיך אַריבער קיין סאָמערװיל, האָט ער מיך געפֿרעגט: ׳צי װױנען דאָרטן ייִדן?׳‟ האָט מיכל כּץ איבערגעגעבן מיט אַ שמייכל.

זייערע קינדער, פּערל און בנימין, איצט 28 און 25 יאָר אַלט, זענען דעמאָלט געװען די איינציקע ייִדישע תּלמידים אין זייערע קלאַסן. ווען ס׳איז אָנגעקומען דער חודש דעצעמבער האָט ליבע אױסגעניצט די געלעגענהייט צו קומען צו זיי אין קלאַס און דערקלערן וואָס איז חנוכּה, אָבער דאָס האָט דערפֿירט דווקא צו אַ נישט־אײַנגענעמער סיטואַציע. בעת פּערעלע, וואָס איז דעמאָלט געווען אין קינדערגאָרטן, איז געזעסן מיט די אַנדערע קינדער אין אַ קרײַז אויף דער פּאָדלאָגע, האָט איין קינד פּלוצלינג געזאָגט: „איך װיל נישט זיצן לעבן קיין ייִדישע.‟ פּערעלע האָט רויִק געענטפֿערט: „דאָס איז נישט שיין,‟ און װײַטער געבליבן זיצן. 

אין יענע יאָרן איז סאָמערװיל געװען אַ קאַטויליש געמיש פֿון אירלענדער, איטאַליענער און פּאָרטוגעזער. שפּעטער זײַנען צוגעקומען מענטשן פֿון אַזיע און לאַטײַן־אַמעריקע, אָבער נאָך אַלץ װייניק ייִדן. װען ליבע פֿלעגט מאַכן פּרעזענטאַציעס פֿאַר די קלאַסן, האָט זי אַלע מאָל צו ערשט געפֿרעגט: „װער רעדט אַן אַנדער שפּראַך אין דער היים?‟ אַלע קינדער האָבן געהױבן די הענט, בתוכם אירע אייגענע קינדער. 

הגם מיכל און ליבע האָבן דערצויגן די קינדער אויף ייִדיש זענען זיי אַליין נישט אױפֿגעװאַקסן מיט דעם. סײַ בײַ ליבעס סײַ בײַ מיכלס עלטערן איז ייִדיש געװען די ערשטע שפּראַך, אָבער אין דער היים האָט מען גערעדט בלויז ענגליש. זיי האָבן ביידע גענומען ייִדיש־קלאַסן אין האַרװאַרד. נאָך דעם ווי זיי האָבן חתונה געהאַט און געהאַט קינדער, האָט ליבע געלאָזט איר טאַטן וויסן, אַז זיי האָבן בדעה צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, אָבער דאָס האָט דווקא אַרויסגערופֿן זאָרג בײַ אים. „די קינדער װעלן האָבן אַן אַקצענט!‟ האָט דער זיידע זי געוואָרנט.

„יאָ, אַ באָסטאָנער אַקצענט!‟ האָט ליבע אים געענטפֿערט.

מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, האָט ער זיך אָבער באַרעכנט. די אייניקלעך האָבן געזונגען פֿאַרן זיידן עטלעכע ייִדישע לידער, און ער האָט זיך פּלוצלינג צעװיינט. פֿריִער האָט ער זיך געזאָרגט אַז זײַנע אייניקלעך וועלן זיך נישט גענוג אַסימילירן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, אָבער איצט האָט ער פֿאַרשטאַנען װיפֿל די ייִדן האָבן פֿאַרלױרן אינעם פּראָצעס פֿון װערן אַמעריקאַנער. 

איינער פֿון די פֿאַרמעסטן אויפֿן פֿעסטיוואַל — Blind Man’s Fluff
ליבע גריץ
איינער פֿון די פֿאַרמעסטן אויפֿן פֿעסטיוואַל — Blind Man’s Fluff

װי איינע פֿון די װײניק ייִדישע משפּחות אין סאָמערװיל, האָט די כּץ־גריץ משפּחה געװאָלט זיך בעסער אינטערגרירן אין שטעטל. איין מאָל האָט אירע אַ חבֿרטע, מימי גרייני, אױסגעפֿונען, אַז דער באַקאַנטער פּראָדוקט „פֿלאָף‟ איז געשאַפֿן געװאָרן מיט אַ הונדערט יאָר צוריק דווקא אין סאָמערוויל — דורך אַ קאַטאָליקער, אַרטשיבאַלד קװערי — און ס׳איז איר אײַנגעפֿאַלן, אַז אױב זיי װעלן מאַכן אַ פֿעסטיװאַל װעגן דעם, װעט עס קאָנען העלפֿן די אָרטיקע געשעפֿטן.

„עמעצער דאַרף זיך אויפֿן פֿעסטיוואַל פֿאַרשטעלן ווי אַרטשיבאַלד,‟ האָט מימי זיי געזאָגט. „מיכל, דו וועסט זײַן פּערפֿעקט אין אַזאַ ראָלע!‟ מיכל האָט גוטמוטיק אָנגענומען איר פֿאָרשלאָג. ער האָט געפֿונען אַ קאָלירטן קאָסטיום און אַ קאָמישן קראַװאַט, און האָט אויפֿן פֿעסטיוואַל געדינט ווי דער קאָנפֿערענסיע פֿון די „פֿלאָף‟־פֿאַרמעסטן. איינע פֿון די שפּילן, למשל, האָט געהייסן Blind Man’s Fluff — אַ ווערטערשפּיל אויף Blind Man’s Bluff (אויף ייִדיש: „באַהעלטעלעך‟). 

נישט אַלע זײַנען אָבער צופֿרידן מיטן „פֿלאָף‟־פֿעסטיװאַל. כאָטש עס ברענגט טאַקע אַרײַן אַ סך געלט פֿאַר די אָרטיקע געשעפֿטן, איז עס אויך אַ סימן פֿון דער אָרטיקער פֿאַרגבֿירישונג (גענטריפֿיצירונג) — דאָס הייסט, די באַלעבאַטים האָבן שוין אָנגעהויבן צו רעמאָנטירן די הײַזער און קראָמען, כּדי אַרײַנצוציִען דעם מיטעלן קלאַס און דערבײַ קענען העכערן די פּרײַזן.

„פֿריִער זײַנען די אײַנוווינער פֿון סאָמערװיל געווען קינדער פֿונעם אַרבעטער־קלאַס, אימיגראַנטן, אָבער איצט קומען אָן מער און מער רײַכע ׳יאָפּיס׳, און די געגנט פֿאַרלירט דעם אָרטיקן טעם,‟ האָט באַמערקט אַ צווייטער ייִדישיסט אין סאָמערװיל, אָדם דוד ריטש.

אָדם איז אױך קינדווײַז געװען כּמעט דער איינציקער ייִד אין קלאַס, אָבער ער האַלט אַז דאָס װױנען צװישן אַזױ פֿיל פֿאַרשידענע פֿעלקער איז געװען זייער אַ גוטע איבערלעבונג. אין סאָמערװיל, האָט אַדם דוד צוגעגעבן, „האָב איך זיך דערוווּסט, אַז איך האָב מײַן אייגענע קולטור און שפּראַך. דווקא צװישן װייניק ייִדן בין איך געװאָרן שטאָלץ צו זײַן אַ ייִד, און דערפֿילט אַז איך דאַרף זיך לערנען די שפּראַך פֿון מיינע אָבֿות.‟