אַבֿרהם נאָווערשטערן: די בעסטע האָפֿענונג פֿאַר ייִדיש איז אין ישׂראל

Avrom Nowerstern: The Best Hope For Yiddish Is in Israel

אַבֿרהם נאָווערשטערן
Bella Bryks-Klein
אַבֿרהם נאָווערשטערן

פֿון בני מער

Published December 09, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

אפֿשר האָט אָט דאָס באַוווּסטזײַן פֿון סוף געפֿירט ייִדישע שרײַבערס און טוערס, און אײַך בתוכם, דווקא צו אַקטיווקייט?

איינע פֿון סוצקעווערס איפּכא מסתּברדיקע שורות איז: „ווײַל האָסט זיי פֿײַנט, ווילסטו דווקא זיי זאָלן געפֿעלן‟. דאָס הייסט, דווקא ווײַל מע האָט געלעבט מיט אַ באוווּסטזײַן מכּוח דעם סוף וואָס הויערט גאָר נאָענט האָט מען כּסדר געוואָלט באַווײַזן אַ מין לעבעדיקייט. אָט דער געראַנגל איז געוואָרן אַ שאַפֿערישער אַרויסרוף פֿאַר די בעסטע ייִדישע שרײַבערס. בײַ זיי זעט מען אַז אָט די טעמע האָט סטימולירט צום שרײַבן. דאָ האָט זיך אויך פֿאַרפלאָכטן די אַטמאָספֿער אין דער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור וועגן דער „מענטשהייט-דעמערונג‟ מיט דעם געפֿיל מכּוח דעם גורל פֿון זייער אייגענער שפּראַך. בפֿרט ווען מע רעדט וועגן ייִדיש און העברעיִש, איז די שפּאַנונג געווען זייער אַ קלאָרע ווײַל העברעיִש האָט געמיינט לעבן און אַקטיווקייט, און ייִדיש — פֿאַרמישפּטקייט, טראַגישקייט.

איר האָט מיט דעם זיך געראַנגלט אויך אין ישׂראל?

איך מיין אַז דאָ, אין ישׂראל, האָב איך שוין שלום געמאַכט מיט אָט דעם גורל. איך בין געקומען ווי עמעצער וואָס האָט זיך געוואָלט אָפּגעבן מיט ייִדיש דאָס גאַנצע לעבן. ס׳איז מיר געווען קלאָר פֿון מײַנע דרײַצן־פֿערצן יאָר אָן אַז דאָס איז וואָס איך וויל טאָן. און איך האָב געוווּסט שוין דעמאָלט אַז די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדיש זײַנען אין ירושלים, און אַ ייִדיש־אָפּטייל עקסיסטירט נאָר אין ירושלימער אוניווערסיטעט. פֿאַר מיר איז געווען קלאָר אָט דער בונד צווישן ייִדיש און ירושלים.

ס׳איז דאָ בײַ חיים בעז אַ קליין קאַפּיטל ווי אַזוי ער איז געקומען פֿון ווילנע קיין אַמעריקע און ער האָט מיטגעבראַכט מיט זיך אַ קאַסטן ביכער. ווען איך בין געקומען קיין ישׂראל האָב איך מיט זיך געבראַכט אַ צוואַנציק ייִדישע ביכער, וואָס איך האָב געמיינט אַז זיי רעפּרעזענטירן דעם אויסקלײַב פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. איך פֿלעג די ביכער בלעטערן און לייענען דאָ אַ זײַט און דאָרט אַ זײַט, אָבער איין בוך איז מיר געבליבן שטעקן ווי אַ ביין אין האַלדז: מנחם באָריישאָס „דער גייער‟, אַ פּאָעמע פֿון העכער 500 זײַטן. איך האָב געוווּסט אַז ס’איז אַ וויכטיקע פּאָעמע, אָבער קיין מאָל זיך נישט אָנגעטאָן דעם כּוח זי צו לייענען. ווען איך האָב געשריבן דאָס בוך וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז אויב כ’וועל נישט אײַנבייסן אָט דעם ביין, וועט דאָס בוך נישט זײַן גאַנץ. האָב איך צוגעגעבן אַ קאַפּיטל וועגן „דער גייער‟ נאָך דעם ווי דער כּתבֿ־יד פֿון בוך איז שוין געלעגן אין פֿאַרלאַג, און מיט דעם האָט זיך פֿאַרשלאָסן דער קרײַז. איך האָב זיך באַמיט אין דעם בוך צו אַנאַליזירן אַלע באַטײַטיקע זשאַנערס אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור: דאָס קורצע לירישע ליד, אַזאַ צײַטונג־ראָמאַן ווי „די פֿאַמיליע מושקאַט‟, די קאַנאָנישע לענגערע פּאָעמע, די דראַמע און די מעלאָדראַמע, און אין דעם גאַנצן בילד האָט געפֿעלט אָט דאָס פֿאַרנעמיקע בוך.

דווקא סוצקעווער, וואָס איר האָט אים גוט געקענט און אַ סך געפֿאָרשט, האָט נישט געגלייבט אינעם סוף פֿון ייִדיש. ווידער און ווידער, און דווקא אין זײַנע לעצטע לידער, האָט ער געשריבן וועגן אַ מין תחיית המתים פֿון ייִדיש.

מע קאָן ברענגען דאָ אַ קליין שטיקל דערמאָנונג. ס’האָט געהאַלטן בײַם נומער 140 פֿון „די גאָלדענע קייט‟. סוצקעווער האָט מיר דעמאָלט געהאַט געזאָגט אַז דאָס איז דער לעצטער נומער. איך האָב פֿאַר דעם נומער צוגעגרייט אַן אַרבעט וועגן לעיעלעסעס פּאָעמע „צו דיר צו מיר‟, און איך האָב צו איר צוגעגעבן אַ מין פֿאַרוואָרט, אַז איך שרײַב דווקא פֿאַר דעם לעצטן נומער פֿון „גאָלדענע קייט‟ אַן אַרטיקל וועגן אַ פּאָעמע וואָס פֿאַרקערפּערט די בליִיאָרן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. סוצקעווער האָט דעם אַרײַנפֿיר נישט געדרוקט, און ער האָט טאַקע אַרויסגעגעבן נאָך אַ נומער. דאָס הייסט, סוצקעווער, פּונקט ווי יעדער מענטש, האָט ערגעץ וווּ נישט געקענט אָננעמען אַז מע דאַרף ענדיקן אין אַ געוויסן מאָמענט.