באַהאַלטענע ייִדישע טעכטער אין אַדעס

Hidden Jewish Women of Odessa

די מחברטע (אין מיטן) מיט יעקבֿ־פּרץ (רעכטס) און זייער רוסיש־לערערין, טאַניאַ
די מחברטע (אין מיטן) מיט יעקבֿ־פּרץ (רעכטס) און זייער רוסיש־לערערין, טאַניאַ

פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published December 11, 2016, issue of December 28, 2016.

הגם פֿאַר דער מלחמה זענען ממש אַ דריטל פֿון די אײַנוווינער פֿון אַדעס, אוקראַיִנע, געווען ייִדן, באַטרעפֿן זיי הײַנט בלויז 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג.

און דאָך — װען מײַן חבֿר, יעקבֿ־פּרץ בלום, און איך זענען דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש געפֿאָרן אַהין כּדי צו פֿאַרבעסערן אונדזער קענטעניש פֿון דער רוסישער שפּראַך, האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז אַ סך אַדעסער זענען נאָך אַלץ, כאָטש צום טייל, ייִדן.

איך האָב דאָס באַמערקט אַ דאַנק דעם וואָס דער „אַדעסער שפּראַכן־צענטער‟, וווּ מיר האָבן גענומען דעם קורס, דערמעגלעכט די סטודענטן אײַנצושטיין בײַ אָרטיקע משפּחות, כּדי צו גיבן זיי מער מעגלעכקייטן צו רעדן רוסיש. אונדזער גאַסטגעבערין איז געװען אַ פֿרױ, אַקסאַנאַ, װאָס האָט געװױנט מיט איר טאָכטער און אַ קאַץ. װען די פֿרױ האָט געהערט אַז עס וועלן אײַנשטיין צוויי ייִדן בײַ איר האָט זי אונדז, דרך־אַגבֿ, געלאָזט וויסן, אַז איר באָבע איז אויך געװען אַ ייִדישע.

„פֿון װעלכן צד?‟ האָב איך זיך נישט געקענט אָפּהאַלטן פֿון אויספֿרעגן זי װעגן איר ייִדישקייט.

„פֿון דער מאַמעס צד,‟ האָט זי געענטפֿערט מיט אַ גלײַכגילטיקן טאָן.

„דאָס הייסט, על־פּי־דין, זענט איר אַ ייִדישע!‟

אַקסאַנאַ האָט סתּם אַ לאַך געטאָן. „עס גייט מיר דען אָן דער ייִדישער דין?‟

אַן ענלעכע זאַך האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דער לערערין פֿונעם רוסיש־קלאַס, “טאַניאַ” (זי האָט געבעטן מע זאָל נישט ניצן איר אמתן נאָמען). איר מאַמע, מאַשאַ, איז געװען אַ ייִדישע, בלויז אַ קליין קינד, װען די מלחמה איז אויסגעבראָכן. כּדי זי זאָל איבערלעבן די מלחמה האָט מאַשאַס מאַמע זי אָפּגעגעבן אַ קריסטלעכער משפּחה. מאַשאַס מאַמע איז אומגעקומען מצד די נאַציס, און דאָס מיידעלע האָט ווײַטער געװױנט בײַ דער משפּחה װאָס האָט זי געראַטעװעט. נאָך דער מלחמה איז מאַשאַס שוועסטער געקומען זי אָפּנעמען, האָט מאַשאַ איר אָבער געזאָגט: „ניין, דאָס איז איצט מײַן היים.”

שפּעטער האָט טאַניאַס מאַמע חתונה געהאַט פֿאַר אַן אוקראַיִנער, האָט טאַניאַ במילא זיך קיין מאָל גאָרנישט געלערנט װעגן ייִדישקייט. זי האָט אויך גאָרנישט געוווּסט װעגן דער מאַמעס איבערלעבונג בשעת דער מלחמה, אַחוץ אַז איר מיידלשער נאָמען איז געווען שעכטער. טאַניאַס באָבע פֿון טאַטנס צד, אַ גלויביקע קריסטלעכע פֿרוי, האָט זי געטױפֿט צוזאַמען מיט איר ברודער, כאָטש אין יענע צײַטן, אונטער דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט, איז געװען פּאָליטיש ריזיקאַליש דאָס צו טאָן.

הגם טאַניאַס באַפּטיזם האָט זי נישט געמאַכט פֿאַר אַ פֿרומער קריסטין, גלייבט זי הײַנט יאָ אין ג־ט צוליב דער איבערגעגעבנקייט פֿון ביידע באָבעס: איינע וואָס האָט געראַטעוועט איר טעכטערלס לעבן, כאָטש זי אַליין איז אומגעקומען דורך די נאַציס, און די צווייטע באָבע וואָס האָט געפּרוּווט צו ראַטעווען איר אייניקלס נשמה. „דער עיקר — זאָגט טאַניאַ, אַזש ציטירנדיק ר׳ הללס באַוווּסטן כּלל — איז צו זײַן אַ גוטער מענטש, און קיינעם נישט טאָן קיין שלעכטס.‟

כאָטש טאַניאַ רעכנט זיך נישט פֿאַר קיין ייִדישע, האָט זי פֿאָרט געװאָלט זיך דערוויסן מער װעגן איר ייִדישער משפּחה. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט זי געזוכט מער פּרטים אינעם ייִדישן מוזיי פֿון אַדעס. ווען זי האָט געזאָגט דעם ייִדישן אָנגעשטעלטן פֿונעם מוזיי, אַז איר משפּחה־נאָמען איז געווען שעכטער, האָט ער איר געענטפֿערט, אַז דער נאָמען איז אַזאַ פֿאַרשפּרייטער, אַז ער קען איר נישט העלפֿן. ער האָט איר נאָר געזאָגט: „אײַער מאַמע איז אַ ייִדישע? מזל־טובֿ, איר זענט אויך אַ ייִדישע!‟

טאַניאַ האָט דאָס דווקא נישט באַטראַכט פֿאַר אַ קאָמפּלימענט. „איר ווייסט פֿאַרװאָס דער ייִד האָט מיר אָפּגעװוּנטשן מזל־טובֿ? װײַל ער מיינט אַז ייִדן זײַנען בעסער װי גױים!‟ אַן אויפֿגעבראַכטער האָט זי צוגעגעבן: „איר ווייסט דאָך, אַז װען אַ רוס ווערט נישט אָנגענומען אין אוניװערסיטעט, זאָגט מען, אַז ס׳איז ווײַל ער איז נישט גענוג קלוג. אָבער װען אַ ייִד ווערט נישט אָנגענומען, זאָגט מען אַז ס׳איז צוליב אַנטיסעמיטיזם!‟

װאָס קען מען זאָגן, װען אַ ייִדישע רעדט אַזױ װעגן אַנדערע ייִדן? און דער אמת איז, אַז אַ סך ייִדן אין אַדעס ווילן זיך טאַקע נישט אידענטיפֿיצירן ווי ייִדן. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט אַדעס פֿאָרט עטלעכע כּשרע רעסטאָראַנען און שילן. שבת בין איך אַרײַנגעגאַנגען אין דער גרעסטער שיל — אַ ליטװישע, װאָס געפֿינט זיך אױף דער „יעװרייסקאַיאַ אוליצאַ‟ (די ייִדישע גאַס), און דערזען דאָרטן הונדערטער מענטשן — מסתּמא צוליב דער ספּעציעלער פּראָגראַם, „דער שבת פּראָיעקט‟, אין וועלכן אַלע געסט האָבן באַקומען עסן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אַ סך האָבן געדאַװנט, מע האָט אַ סך געגעסן, און ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן אַפֿילו מיטגעבראַכט אַ „שיריים־בײַטל‟, כּדי אַהיימצונעמען דאָס איבערגעבליבענע.

געוויסע געסט זײַנען, אַ פּנים, טאַקע געקומען נאָר װײַל זיי האָבן געהערט װעגן דעם אומזיסטן עסן, אָבער די מערהייט זײַנען געװען ערנסט פֿאַראינטערעסירט אין װײַטער אַנטדעקן װאָס עס מיינט צו זײַן אַ ייִד. איין מיידל האָט מיר געגעבן אַ ביסל האָפֿענונג, װען זי האָט געוויזן אויף די הונדערטער מענטשן אין זאַל: „געוויינטלעך דאַװען איך שבת בײַ חב״ד, און דעמאָלט קומען נאָך מער מענטשן ווי איר זעט דאָ.‟

בעת יאַנקל און איך זענען צוריקגעגאַנגען צו אונדזער גאַסטגעבערין, האָב איך געהאַלטן אין איין אַרײַנקוקן אין די פּנימער פֿון די מענער און פֿרויען וואָס גייען פֿאַרבײַ, פּרוּוונדיק צו דערקענען וועלכע זעען אויס ווי ייִדן, און וועלכע — נישט. אַ יונגערמאַן מיט אַ קינד בײַ דער האַנט האָט מיך באַמערקט און געגעבן אַ וואַרעמען שמייכל.

“גוט־שבת,” האָט ער געזאָגט, און איז גיך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.