צוויי וועלטן פֿון זלמן ראָזענטאַל

The Two Worlds of Zalmen Rosental

זלמן ראָזענטאַל
זלמן ראָזענטאַל

פֿון באָריס סאַנדלער

Published December 21, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

זלמן ראָזענטאַלס טאַלאַנט ווי אַ ליריקער האָט זיך באַזונדערס אַנטפּלעקט אין דער דערציילונג „אין ווײַנגאָרטן”. אין תּוך איז עס אַ משל וועגן אָדם און חווהן, וואָס האָבן פֿאַרבלאָדזשעט אין אַ בעסאַראַבער דאָרף סוף 1930ער יאָרן. אַ געשיכטע, וואָס איז אַלט און יונג ווי די וועלט. דער ייִדישער בחור מאיר, אַ דאָרפֿס־ייִד און די טאָכטער פֿון אַ פּויער, איליאַנע, האָבן זיך ליב. זייער ליבע איז אַ שטילע און פֿאַרבאָרגענע, און נאָר די נאַטור הערט ווי עס קלאַפּן זייערע הערצער. און אויב איליאַנעס געשטאַלט איז געשילדערט אָפֿן און פֿאַרביק, וואָס דאַרף הייסן, אָט אַזאַ איז זי — אַ געזונטע, בײַ זיך אין דער היים, אויף דער אייגענער ערד, — דערוויסן מיר זיך צום ערשטן מאָל וועגן מאירן דורך זײַן פֿײַף פֿון יענער זײַט פּלויט, ווי עפּעס אַ גנבֿישער סיגנאַל, און ערשט דערנאָך באַווײַזט ער זיך אַליין, ריכטיקער, „זײַנע איבערגעשראָקענע אויגן”, וואָס בלישטשען אין דער פֿינצטער.

דער צענטראַלער מאָמענט פֿון דער געשיכטע קומט פֿאָר אין ווײַנגאָרטן. דאָרט אין דעם קאָליבע־געצעלט קומט צו אַלע מוראס און ספֿקות אַ סוף, ווײַל די ליבע און, מעגלעך, דער זינד איז שטאַרקער פֿון די דורותדיקע פֿאַרווערן; דאָרט שעפּטשעט מאיר אַרײַן אין איליאַנעס אויער: „דאָ אין קאַליבע פֿאַרבלײַב איך מיט דיר אויף שטענדיק”.

אין קאָנטראַסט צו דעם, וואָס ס’איז געשען אין גיכן מיט זלמן ראָזענטאַל און מיטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום בכלל, קען די דערציילונג באַטראַכט ווערן ווי אַ פּאַסטאָראַל פֿאַרן חורבן.

אַלע זײַנע שילדערונגען פֿון מענטשן און דער נאַטור זײַנען אײַנגעהילט אין ראָזענטאַלס געמיט, וואָס צערײַסט זיך צווישן צוויי זײַנע גרויסע ליבעס — בעסאַראַבער היים און דאָס לאַנד פֿון חומש. בשעת זײַנע דרײַ רײַזעס איבער ארץ־ישׂראל (אין 1924, 1934 און 1938), האָט ראָזענטאַל אָנגערירט כּמעט אַלע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּאַלעסטינע: דער אויפֿבוי פֿון נײַע שטעט — תּל־אָבֿיבֿ, רחובֿות, נס־ציונה און נײַע ייִשובֿים, וואָס די בעסאַראַבער ייִנגלעך און מיידלעך האָבן אויפֿגעשטעלט; די פּראָבלעמען אין די קיבוצים, דער שטייגער און מינהגים פֿון די שומרונים און תּימנער ייִדן, בעדויִנער און קריסטן, די באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער. די תּנכישע פּייסאַזשן און די הייליקע ערטער פֿאַרכאַפּן זײַן אויג און… פֿירן אים אַוועק צוריק אַהיים, צו די אומעטיקע סטעפּעס און רוישיקע קאָדרען, צו די בעסאַראַבער זומער־פֿאַרנאַכטן.

צוריק גערעדט, בשעתן זיצן בײַם פֿאַרפֿרוירענעם פֿענצטער אינעם אייגענעם שטעטל, אײַנגעקוטעט אין „פֿראָסטיקע יסורים”, גיט דער שרײַבער אַ בלעטער אויף דעם בלומען־אַלבאָם, וואָס ער האָט געבראַכט פֿון ירושלים, און פּלוצעם ווערט אים „אין די אויגן ליכטיקער און וואַרעמער”. עס דערגייט צו אים אַ ניגון, וואָס ער האָט אַמאָל געהערט פֿון אַ רוסישן חלוץ אין אַ שטילן פֿאַרנאַכט, אין דער שטאָט טבֿריה, בײַם ים כּנרת: „וועל איך דיר פֿון דאָרטן שיקן/ פֿון אַ מאַנדלבוים אַ בלעטל,/ זאָלסט עס, מאַמע, יעדן ווײַזן,/ קליין און גרויס בײַ אונדז אין שטעטל.”

און ווידער ציִען זיך פֿעדעמלעך פֿון אַ „געהיימער פֿאַרבינדונג” צווישן זײַנע צוויי וועלטן — בעסאַראַביע און ארץ־ישׂראל, — די אינטימע היים און דאָס לאַנד פֿאַר זײַן פֿאָלק.

פּראָזע, פּובליציסטיק; לידער און מעשׂיות פֿאַר קינדער; לידער, וועלכע ס’האָט געזונגען דאָס פֿאָלק, נישט וויסנדיק אַפֿילו ווער איז זייער מחבר: „ס׳איז צעבראָכן אונדזער דעכל”, „בײַ דעם שטעטל”; און דערבײַ גייט אָן אַ טאָג־טעגלעכע אַרבעט אין דער צײַטונג „אונדזער צײַט”, וווּ זלמן ראָזענטאַל איז געווען דער רעדאַקטאָר במשך פֿון 14 יאָר, פֿון 1924 ביז 1938, ווען די רומענישע פֿאַשיסטן האָבן זי געשלאָסן.

דער גורל פֿון זלמן ראָזענטאַל איז, אַפּנים, באַשטימט געווען נישט אין הימל, נאָר אין צוויי ערדישע קאַנצעלאַריעס: זײַן נאָמען האָבן אַרײַנגעשריבן די נאַציס אין דער רשימה פֿון די פּערזאָנען, וואָס „געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון באַזונדערס געפֿערלעכע עלעמענטן פֿאַרן דריטן רײַך”, און וואָס מוזן „באַלד אַרעסטירט ווערן בײַ דער ערשטער געלעגנהייט”.

די צווייטע קאַנצעלאַריע, וואָס האָט פֿאַקטיש אויסגעפֿירט דעם באַפֿעל פֿונעם דריטן רײַך, איז געווען די „ענקאַוועדע”. אין יולי 1940 איז ראָזענטאַל אַרעסטירט געוואָרן און נאָך עטלעכע חדשים פֿון פּײַניקונג פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 8 יאָר לאַגער־רעזשים. אָפּגעווען אין „גולאַג” איז ער גאַנצע 14 יאָר.

געשטאָרבן איז זלמן ראָזענטאַל אין קעשענעוו, דעם 19טן מאַרץ 1959.