פֿאַר וואָס לערנען זיך ישׂראלים ייִדיש דווקא אין דײַטשלאַנד?

Why Are Israelis Studying Yiddish in Germany, Not Israel?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 04, 2017, issue of January 27, 2017.

ווי גייט דאָס ייִדישע ווערטל:

„מיט ייִדן איז גוט קוגל צו עסן, דאַווענען פֿון איין סידור און הנאה האָבן פֿון אַ וואַרעמער מקווה.” אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן ייִדיש. איך האָב געדאַרפֿט אָפּוווינען צען יאָר אין דער ייִדישער מדינה, זען ווי מ׳באַציט זיך הפֿקרדיק צו ייִדיש, וועל איך ציטירן פֿון מײַן לעצט בוך „אַ באַזונדערע ראַסע” (A Breed Apart) וווּ איך שרײַב:

„ס׳איז נאָך קיין מאָל נישט געשען, און נישט געהערט געוואָרן אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט, וווּ אַן אייגענע ייִדישע מלוכה זאָל אָפּשנײַדן צוויי טויזנט יאָר פֿון איר ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט און פֿאַרמיאוסן דעם גלות, ווי מ׳וואָלט דאָרט גאָרנישט געשאַפֿן און אויפֿגעטאָן אחוץ צרות און לײַד. ווי איז דאָס געהערט געוואָרן אין דער געשיכטע פֿון אַ פֿאָלקס־שפּראַך, מען זאָל זי פֿאַרווערן, פֿאַרבאָטן, נישט דערלויבן, נישט דערלאָזן, און פּרובירן פֿאַרניכטן, און דאָ רעדט זיך וועגן אַן אייגענער, טויזנט־יעריקער מוטער־שפּראַך אין אייגענעם ייִדישן לאַנד. בלויז אַנטיסעמיטן, בלוטיקע שונאי ישראל, און טאָטאַלע אכזרים זײַנען געווען פֿעיִק צו באַגיין אַזאַ שענדלעכן טאַט, אָבער נישט אייגענע מיט־ברידער זאָלן האָבן באַגאַנגען אַזאַ מיאוסע עוולה.”

אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס, אַנטקעגן דעם וואָס מײַן אַמאָליקע סטודענטקע אין קאָלומביע אוניווערסיטעט, איינע פֿון דײַטשן און נישט ייִדישן אָפּשטאַם, האָט באַוויזן צו ווערן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין פּאָטסדאַמער אוניווערסיטער אין דײַטשלאַנד, וווּ בדרך־כּלל זײַנען אירע סטודענטן דײַטשע יוגנטלעכע.

קריינדל (Cornelia) און איך קלינגען זיך איבער זייער אָפֿט דורך די יאָרן און טיילן זיך מיט אונדזערע ייִדישע אויפֿטוען. פֿאַר ניטל דערציילט זי מיר װעגן דעם גרױסן אומגליק אין בערלין, װוּ אַ לאַסט־אויטאָ האָט בכּיוון אַרײַנגעקראַכט אין אַ מאַרק װוּ מע האָט פֿאַרקויפֿט מתּנות לכּבֿוד ניטל. דערבײַ זײַנען אומגעקומען צענדליקער אומשולדיקע נפֿשות און פֿאַרװױנדיקט געװאָרן אַ גרויסע צאָל פֿאַרבײַגײער. „איך בין פּונקט געווען דערנעבן און על פּי נס אַרויס בשלום,״ האָט קרײנדל געזאָגט.

איך פֿיל מיט איר מיט און וויל וויסן וואָס ס’הערט זיך אין אוניווערסיטעט, אין אירע ייִדיש־קלאַסן, דערציילט זי מיר אַזאַ מעשה:

„די ייִדיש־קלאַסן זײַנען בדרך־כּלל באַזעצט מיט דײַטשע סטודענטן, אָבער דאָס יאָר האָבן זיך באַוויזן אַ כאָפּטע ישׂראלים, וואָס זײַנען געקומען זיך לערנען בײַ מיר. זיי ווערן ממש נתפּאל בײַם געפֿינען אַזוי פֿיל לשון־קודשדיקע ווערטער אין ייִדיש און זיי פֿרייען זיך דערמיט.”

איך האָב זיך גוט צוגעהערט און בין צו ביסלעך אַראָפּ פֿון די רעלסן. ישראלדיקע סטודענטן לערנען זיך ייִדיש אין דײַטשלאַנד? אין אייגענעם לאַנד האָבן זיי נישט באַוויזן זיך צו באַקענען מיט דער שפּראַך וואָס זיי האָבן אָנגעוווירן, ייִדיש ווערט געלערנט אין ישראל אין זומער פּראָגראַמען, אָבער דער עיקר — פֿאַר אויסלענדישע סטודענטן פֿון דער גאַנצער וועלט; װײניק ישראלים.

אין דײַטשלאַנד, נאָך דער פֿאַרניכטונג פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק, בײַ וועמען די ייִדישע שפּראַך האָט וויברירט מיט לעבן אויף זייערע ליפּן, זעט מען אַ װאַרעמע באַציִונג צו אונדזער שפּראַך. אָבער דווקא אין אונדזער אייגן לאַנד, האָט מען באַוויזן צו עלימינירן און דערשטיקן אונדזער לעבעדיק לשון, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די שארית הפּליטה פֿון די “די־פּי” לאַגערן, װאָס זײַנען אויך געקומען קעמפֿן און באַקעמפֿן די שונאי ישראל, זײַנען געקומען מיט דער ייִדישער שפּראַך מיט וועלכע זײַ זײַנען אויסגעוואַקסן.

עס דערמאָנט מיך אין אליהו הנביאס „איכה” (קלאָגליד) ווען ער האָט בײַגעוווינט דעם חורבן בית — שני אין ירושלים. אין דער אמתן האָבן מיר ייִדן אַדורכגעמאַכט דעם דריטן חורבן, דעם אומקום פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק, צוזאַמען מיט זייערע גײַסטיקע גיטער. איצט נעמט זיך אין זינען, אַ כאָפּטע ישראלדיקע יונגעלײַט און מיידלעך קומען זיך באַזעצן אין דײַטשלאַנד, שטעלן אויף משפּחות און געשעפֿטן, קומען זיך לערנען דאָס פֿאַרטיליקטע ייִדישע לשון אין דײַטשלאַנד.

אַלץ וואָס איך קען דאָ פֿאַרשטיין איז אַז פֿון אונדזער עם־הספֿר, תּלמידי חכמים ונבונים, פֿאַר וועמען תּורה איז געווען די בעסטע סחורה, צײַכענען זיך הײַנט אויס אין טעכנאָלאָגיע, מעדיצין און סאָציאַלע פֿאַרזיכערונגען, אָבער דער עיקר האָבן מיר אָנגעוווירן אונדזער „אתה בחרתנו״, און אַנשטאָט דעם גענומען נאָכמאַלפּעווען און נאָכקרימען אַמעריקע מיט די צעריסענע „דזשינס” הויזן, טאַטוס אויף די הענט און פֿיס, און דער עיקר קענען רעדן אַ גוטן ענגליש, זיי חלשן צו זײַן אַמעריקאַנער, מאַכן געשעפֿטן נישט נאָר אין דײַטשלאַנד נאָר אפֿילו אין פּוילן, וווּ ישראלדיקע געשעפֿטסלײַט האָבן אויפֿגעשטעלט אַ געשעפֿט פֿון לאַסט־אויטאָס, ביז ס׳האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז די עקסטרעם איסלאַמישע אַראַבער האָבן צוגעגנבֿעט בײַ די ייִדן אין פּוילן דעם דאָזיקן אויטאָ וואָס האָט דערהרגעט דעם ישראלדיקן אייגנטימער פֿון געשעפֿט און שאָפֿער, און מיט זײַן טויטן קערפּער אַרײַנגעקראַכט אינעם בערלינער באַזאַר. דער לאַסט אויטאָ געהערט צו אַ ישראלדיקער פֿירמע אין פּוילן, און נישט די פּאָליאַקן, ווי עס גיט איבער די ישראלדיקע פּרעסע.

וועט איר מיך פֿרעגן, וואָס האָט דאָס אַלץ צו טאָן מיט ייִדיש? ס׳האָט צו טאָן מיט ישׂראל און די ישׂראלים, ווי אַ פסעוודאָנים פֿאַר ייִדן.

און דאָס וואָס מ׳האָט אָפּגעשניטן די לעצטע צוויי טויזנט יאָר גלות און אונדזער שעפֿערישע קראַפֿט אין גלות, האָט מען אויפֿגעצויגן אַ דור און צוויי און דרײַ פֿון פּוסטע ייִדישע פֿעסער, און אויסגעלײַדיקטע ברונעמער פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהײַט.

און מיינט נישט אַז די ספֿרדים אין ישראל האָבן נישט אָנגעוווירן זייער קולטור און זייער זעלבסט ווירדע, געטראָפֿן אין פּינטל. אויס עם הספֿר, ס׳איז עם המדבר.