דער נײַער נומער „װעקער“ איז אַרױס — אױף פּאַפּיר!

New Issue of "Veker" Published — in Print!

די הילע פֿונעם נײַעם „װעקער“, שבֿט־אָדר תּשע״ז (רעכטס) און אַן אױסצוג פֿון קטלא קניאס אַרטיקל װעגן פּרעזידענט טראָמפּ
די הילע פֿונעם נײַעם „װעקער“, שבֿט־אָדר תּשע״ז (רעכטס) און אַן אױסצוג פֿון קטלא קניאס אַרטיקל װעגן פּרעזידענט טראָמפּ

פֿון איציק בלימאַן

Published February 07, 2017, issue of February 23, 2017.

„דער פֿרישער ‘װעקער’ װעט זײַן אױף אַ שטאַפּל, װאָס איז נאָך נישט געװען אין דער ייִדישער שפּראַך — זיכער נישט אין די לעצטע יאָרן“.

אַזױ האָט מיר געשריבן ראובֿן, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דעם זיבעטן נומער „דער װעקער“, אַ זשורנאַל װאָס די באַניצערס פֿונעם חסידישן אינטערנעץ־פֿאָרום „קאַװע־שטיבל“ שטעלן צונױף יעדן חודש. אַזױ װי איך בין אַ לײענער און אַ שרײַבער אין „קאַװע־שטיבל“ און האָב זיך באַטײליקט אין זײערער אַ פֿריִערדיקער אױסגאַבע (דעם צװײטן „פּה־סח“, אַרױס אין פֿרילינג 2016) האָט ראובֿן מיך פֿאַרבעטן אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל פֿאַרן נײַעם „װעקער“. און אַזױ װי איך בין אױך אַ שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרװערטס“ האָט ראובֿן מיך דערמוטיקט צו מעלדן דעם אַרױסקום פֿונעם „װעקער“ פֿאַרן ברײטערן ייִדיש־לײענענדיקן עולם.

דעם אמת געזאָגט האָב איך שױן בדעה געהאַט צו שרײַבן דערװעגן. איך בין אַלע מאָל זײער אימפּאָנירט פֿון די דיגיטאַלישע זשורנאַלן װאָס די מחברים פֿון „קאַװע־שטיבל“ גיבן אַרױס, און דער נײַער זשורנאַל האָט בײַ מיר אַרױסגערופֿן גרױס אינטערעס.

לכתּחילה איז דער „װעקער“ געװען דער פּועל־יוצא פֿון אַן איניציאַטיװ צו זאַמלען די בעסטע אַרטיקלען אין „קאַװע־שטיבל“ און זײ אַרױסגעבן אין אַ זעלבשטענדיקן זשורנאַל, װאָס מע קען אָפּדרוקן אין דער הײם און לײענען אום שבת און יום־טובֿ. דער נײַער נומער באַשטײט אָבער דורכױס פֿון אָריגינעלע אַרטיקלען, אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַרן זשורנאַל.

ס׳איז ממש צו באַװוּנדערן װאָס אַ גרופּע װאָלונטירן, װאָס טרעפֿן זיך נישט פּנים־אל־פּנים און אידענטיפֿיצירן זיך בלױז מיט פּסעװדאָנימען, קענען אױפֿטאָן אין זײער אַ באַגרענעצטער צײַט: די קװאַליטעט פֿון די אױסגאַבעס װערט אַלץ העכער און העכער, נישט נאָר לגבי דעם אינהאַלט, נאָר אױך דעם אױסשטעל פֿון די זײַטן און די צײכענונגען װאָס באַגלײטן די אַרטיקלען. ס׳איז זײער אַ פֿײַנער משל פֿון „קראַודסאָרסינג“ — אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט פֿון דעם כּלל, לטובֿת דעם כּלל.

דער נײַער „װעקער“ איז אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע אין אַ װיכטיקן פּרט: ער קומט אַרױס נאָר אױף פּאַפּיר, נישט דיגיטאַליש. מע קען באַקומען אַ נומער דורך „אַמאַזאָן“ אָדער אין די קיאָסקן אין װיליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק און מאָנסי. איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיט ראובֿנען, דעם שעף־רעדאַקטאָר, כּדי אים צו שטעלן פֿראַגעס װעגן דעם באַשלוס און אַנדערע רעדאַקציאָנעלע ענינים. [דרך־אַגבֿ, בײַ די װערטער װאָס מע הערט זעלטן אין נישט־חסידיש ייִדיש גיב איך סינאָנימען אין קלאַמערן. איך האָף אַז דאָס װעט נישט שטערן די לײענערס װאָס קענען גוט חסידיש ייִדיש.]

איציק בלימאַן: איך פֿאַרשטײ אַז דאָס איז דער ערשטער נומער „װעקער“ װאָס איר רעדאַקטירט. פֿאַר װאָס האָט איר איבערגענומען די לײצעס, און װאָס האָט זיך געביטן אונטער אײַער אָנפֿירערשאַפֿט?

ראובֿן: דער פֿריִערדיקער רעדאַקטאָר, װעלכער האָט זיך גערופֿן מיטן פּסעװדאָנים „שש משזר“ [„געדרײט לײַנען“], איז געװען דער איניציאַטאָר פֿון דעם פּראָיעקט, און ער האָט עס געפֿירט זעקס חדשים. װי עס זעט אױס האָבן אַנדערע פֿאַרפֿליכטונגען אין לעבן אַװעקגענומען זײַן מעגלעכקײט אָנצוגײן מיט דעם פּראָיעקט, האָב איך עס איבערגענומען פֿון אים.

לעולם [פֿאַקטיש] בין איך געװען שטאַרק פֿאַרמישט אינעם „װעקער“ פֿון אָנפֿאַנג אָן. כ׳האָב געהאָלפֿן מיט װאָס כ׳האָב נאָר געקענט. אין דער צװײטער אױסגאַבע האָב איך געשריבן אַ הױפּט־אַרטיקל, אַן אױסשליסלעכן אינטערװיו מיט דעם װעלט־באַרימטן װיסנשאַפֿטלער ירמיהו ענגלאַנד, אַ פֿרומער ייִד, און אַ גרױסער אױטאָריטעט איבער עװאָלוציע. איך האָב אױך געשריבן אַנדערע אַרטיקלען, און אױך געהאָלפֿן מיטן רעדאַגירן. אַז „שש“ האָט מער נישט געקענט ממשיך זײַן, האָב איך מקײם געװען במקום שאין איש, און כ׳האָב עס גענומען אױף זיך.

עס איז װיכטיק צוצולײגן אַז עס איז נישט אַלעס נאָר מײַן קרעדיט. די הערלעכע אַרטיקלען זענען געשריבן געװאָרן דורך אַ רײ שרײַבער, און אַלע דאַרף מען באַזונדער אױסלױבן און באַגריסן. הינטער די קוליסן זענען געװען אַ גרופּע מיטאַרבעטער אין דער רעדאַקציע, װעלכע זענען מיר געשטאַנען צו דער האַנט, און געזען אַז מײַן װיזיע זאָל מאַטעריאַליזירט װערן. דעם גראַפֿיסט פֿונעם „װעקער“, אלקנה, זע איך װי אַ פֿולער שותּף אין דער אַרבעט, װײַל ער האָט אַהערגעשטעלט, װי איך זע עס, אַ שטיק קונסט. זײַן גראַפֿיק און אױסערגעװײנלעכער חוש אױסצושטעלן אַרטיקלען לױט דעם ענין מאַכט דעם „װעקער“ פֿאַר דעם הערלעכן פּראָדוקט װאָס ער איז.

איך האָב גענומען אױף זיך גענצלעך [אין גאַנצן] איבערצואַרבעטן דעם „װעקער“ מיט אַ דגש [טראָפּ] אױף אַרטיקלען פֿון הױכן קאַליבער און שטאַרקער הגהה [ד״ה, אַז זײ זאָלן זײַן גוט דורכגעקוקט פֿון אַ קאָרעקטאָר]. אַזױ אױך האָב איך מחליט געװען [באַשלאָסן] אַז דער „װעקער“ זאָל נאָר פּובליקירן נײַע אַרטיקלען, נישט אַזעלכע אַרטיקלען װאָס זענען שױן פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אױף „קאַװע־שטיבל“ — סײַדן ס’איז גענצלעך איבערגעאַרבעט מיט אַ פּנים־חדשות. װען מע מישט דעם נײַעם „װעקער“ זעט מען טאַקע אַ זשורנאַל אױף אַ קאַליבער װאָס איז בכלל נישטאָ אין דער ייִדישער װעלט, און גראַפֿירט העכסט פּראָפֿעסיאָנעל דורך אלקנה.

איציק: פֿאַר װאָס האָט מען באַשלאָסן דװקא צו דרוקן דעם נײַעם נומער אױף פּאַפּיר, װען מע האָט די פֿריִערדיקע אַרױסגעלאָזט בחינם אױף „קאַװע־שטיבל“?

אין אונדזערע שמועסן מיט צענדליקער לײענער האָבן מיר זיך איבערצײַגט, אַז כּדי ריכטיק צו נעמען די צײַט דורכצולײענען און צו זײַן דאַנקבאַר פֿאַר די הערלעכע װערק פֿונעם „װעקער“ מוז מען האָבן אַ פֿיזישע קאָפּיע. אַנדערש גיט מען אַ מיש דורך אױפֿן קאָמפּיוטער אָדער טעלעפֿאָן — מע האָט טאַקע אַ באַלדיקע הנאה, אָבער מע האָט נישט דעם שבת־נאָכמיטאָג, אָדער אַנדערע רויִקע מאָמענטן, ריכטיק מעײן צו זײַן [זיך אַרײַנצוקלערן] און קװעלן פֿון די אַרטיקלען. מע דאַרף פֿאַרשטײן אַז דער „װעקער“ פֿאַרמאָגט אַרטיקלען פֿון פֿאָרשונג און מחשבֿה, און איז נישט אַ צײַטונג װאָס מע קען שנעל מישן, אָדער „סקראָולן“ אױף אַ טעלעפֿאָן. הגם מיר װילן אַז װי מער מענטשן זאָלן קענען צוקומען צום „װעקער“ (און דערפֿאַר איז דער פּרײַז כּמעט בלױז צו דעקן די הוצאָות פֿונעם דרוקן), איז אונדז װיכטיקער אַז אונדזערע לײענער זאָלן ריכטיק קענען אָפּשאַצן די הערלעכע אַרטיקלען און זיך פֿאַרטיפֿן אין זײ. ענדערש [בעסער] איכותדיקע לײענער װי כּמותדיקע.

איציק: מיט װאָס איז דער „װעקער“ אַנדערש פֿון די שױן פֿאַראַנענע חסידישע צײַטשריפֿטן? װאָס פֿאַר אַ נײַע טעמעס אָדער פּערספּעקטיװן קען מען געפֿינען אין דעם זשורנאַל?

די הײמישע ייִדישע פּרעסע זוכט צו באַפֿרידיקן װי מער לײענער, און נעמט כּמעט נישט די ריזיקע צו דרוקן אינטעלעקטועלע אַרטיקלען פֿון פֿאָרשונג און היסטאָריע כּדי צו הײבן די אינטעליגענץ פֿון די לײענער. היות דער עיקר־ציל פֿון רעדאַקציעס איז אָנצופֿילן בלעטער, און געבן װי מער אַרטיקלען, האָבן זײ נישט קײן דרך־ארץ פֿאַר אַרטיקלען װעלכע פֿאַרמאָגן אַ געװאַלד מיט אַרבעט, און זײ שאַצן אַרטיקלען נאָר לױט װיפֿל „קערעקטערס“ זײ פֿאַרמאָגן. אַ לופֿטיקער אַרטיקל פֿון 25,000 אותיות, װאָס האָט גענומען אײן שעה צו שרײַבן, טראָגט מער געװיכט און חשיבֿות [לױט די רעדאַקציעס] װי אַ הערלעכע פֿאָרשאַרבעט פֿון 15,000 אותיות װאָס האָט געקאָסט אַרבעט און מחשבֿה פֿון טעג אָדער װאָכן.

דער שרײַבער װאָס קװעלט פֿון פֿאָרשן און שרײַבן דאַרף אַן אױסגאַבע װוּ שװערע אַרבעט װערט אָנגענומען מיט כּבֿוד און רעספּעקט, װוּ די לײענער דורשטן און טאַנצן אַרײַן מיט אײפֿער אָנצופֿילן דעם קאָפּ מיט חכמה און װיסנשאַפֿט. דער „װעקער“ איז אַ קװאַל פֿון חכמה און װיסנשאַפֿט; דער פּלאַץ װוּ דער חכם געפֿינט אַ הײם מיטצוטײלן מיט דער װעלט זײַן אַרבעט.

מיר װײסן אױך אַז די הײמישע פּרעסע דינט נישט באמת די אינטערעסן פֿונעם ציבור, און רובֿ אמתע פּראָבלעמען װעלכע דאַרפֿן דיסאינפֿעקטירט װערן דורך זונליכטיקײט קענען נישט אױסגעשמועסט װערן. דער „װעקער“ איז דאָס ערשטע מאָל װאָס מיר, מענטשן װאָס זענען נישט פֿון דעם „עסטעבלישמענט“, קענען זיך לאָזן הערן מיט אונדזערע דעות, און װוּ מיר קענען אױסשמועסן אונדזערע פֿראַגעס און קװענקלענישן איבער אַלץ װאָס ליגט אױפֿן סדר־היום אָדער אונדזער געװיסן. מיר קענען שרײַבן אױף יעדער נושׂא [טעמע] װאָס איז װיכטיק אַרױפֿצושטעלן אױף דער אַרענע.

אינעם „װעקער“ קענען מיר מעורר זײַן [װעקן דעם אױפֿמערק] אױף ענינים הצריכים חיזוק [ענינים װאָס מע דאַרף גוט באַטראַכטן], און מיר קענען לאָזן הערן מײנונגען װעלכע װערן אַקטיװ דערשטיקט. דער „װעקער“ איז אױך אַ שופֿר פֿאַר יעדער סאָרט מײנונג — לאַװ־דװקא חידושדיקע. נאָר דאָ דאַרפֿט איר נישט צײלן יעדעס װאָרט אַז עס זאָל שטימען מיט פֿאָרגעשריבענע אַגענדעס, און איר קענט אױסגיסן אײַער האַרץ און מוח אױפֿן פּאַפּיר, און לאָזן אָפּקלינגען אײַערע געדאַנקען.

מיר זענען דאָ צו לאָזן הערן װײטיק און צער, אָבער נאָך מער פֿון דעם: קאָנסטרוקטיװע מחשבֿה צו העלפֿן מאַכן דאָס לעבן בעסער און געזינטער ברוחניות ובגשמיות [סײַ גײַסטיק, סײַ מאַטעריעל].

אַזױ צום בײַשפּיל איז אונדזער הױפּט־אַרטיקל אין דער איצטיקער אױסגאַבע אַן אינטערװיו מיט דעם גרױסן פֿאָרשער פּראָפֿעסאָר מאַרק שאַפּיראָ. מיט שאַפּיראָן גײען מיר דורך פֿיל טעמעס אין דער ייִדישער געשיכטע און געזעלשאַפֿט, און מע רעדט אָפֿן און אָביעקטיװ. די אַנדערע אַרטיקלען זענען אױך געשריבן אױף טעמעס װעלכע עפֿענען דעם קאָפּ צו אַ נײַער פּערספּעקטיװ װאָס מע קען נישט זען אָדער הערן ערגעץ אַנדערש — נישט די זעלבע נושׂאים און נישט מיט אַזאַ קװאַליטעט פֿון שרײַבן.

איציק: פֿאַר װעמען האָט איר צונױפֿגעשטעלט דעם זשורנאַל? װער איז אײַער לײענערשאַפֿט? צי מײנט איר אַז דער זשורנאַל קען אױך פֿאַראינטערעסירן לײענערס פֿון די ייִדישיסטישע קרײַזן?

דער „װעקער“ צילט חסידישע ייִדן, און באַנעמט זיך מיט טעמעס װעלכע זענען אונדז נוגע [רעלעװאַנט]. אָבער עס איז קײן ספֿק נישט אַז ייִדישיסטן קענען פֿיל הנאה האָבן פֿונעם „װעקער“. לאָמיך אָנכאַפּן אַרטיקלען פֿון דער איצטיקער אױסגאַבע װעלכע קענען פֿאַראינטערעסירן ייִדישיסטן. צום ערשטן איז דאָך אײַער אײגענער אַרטיקל, „אַ ‘ספּעל־טשעק’ אױף ייִדיש“, װוּ איר רעדט װעגן אײַער אינטערנעט־פּראָגראַם איבערצודרײען ייִדישיסטיש ייִדיש צו חסידיש ייִדיש. קטלא קניא איז נישט פֿרעמד פֿאַר ייִדישיסטן, און זײַן אַרטיקל װעגן פּרעזידענט טראָמפּ װעט זיכער טרעפֿן דאָרטן אַן אױדיענץ. די דערצײלונג „דאָס געראַנגל“ װאָס עקספּלאָרירט דאָס אינערלעכע געראַנגל פֿון אַ חסידישן ייִד װאָס האָט פֿאַרלױרן זײַן אמונה װעט אַװדאי אױך פֿאַראינטערעסירן יעדן מיט אַן אינטערעס אין דעם מענטשלעכן שיקזאַל [גורל]. אַן אינטערװיו מיט מנשה לוסטיג װעגן דעם ייִדישן פֿילם „מנשה“ איז אױך אַ חידוש אין דער ייִדישער װעלט פֿון קינאָ און פֿילם.

צו דעם זענען פֿאַראַן פֿאַרשידענע רובריקן און לידער װעלכע קענען צורירן צום נפֿש פֿון יעדן װאָס פֿאַרשטײט אַ ייִדיש װאָרט. מיר זענען דאָ פֿאַר יעדן װאָס לײענט און שרײַבט ייִדיש. מיר נעמען אַרטיקלען פֿון יעדן ייִדיש־שרײַבער, אױב עס פּאַסט אַרײַן בײַ אונדז. אָט האָב איך באַמערקט אױף „פֿײסבוק“ אַז ד״ר שלום בערגער האָט געשריבן אַז ער װאָלט אונדז געװאָלט שיקן אַן אַרטיקל. איך האָב אים נאָך נישט געענטפֿערט, װעל איך ענטפֿערן דאָ אים, און אַלע װאָס װילן שרײַבן אַ ייִדיש װאָרט: איר זענט אַלע װעלקאָם. מע קען זיך מיט אונדז פֿאַרבינדן אױף דעם אַדרעס: Vekerjournal@gmail.com

איציק: װאָס זענען אײַערע האָפֿענונגען פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דעם זשורנאַל? צי װילט איר אַז דאָס זאָל װערן אַ פֿולצײַטיקע אַרבעט — אַ צײַטשריפֿט מיט אַ פּערסאָנאַל פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבערס און רעדאַקטאָרן?

אַפֿילו די „מײנסטרים“־חסידישע אױסגאַבעס װעלכע זענען פֿול מיט אַנאָנסן און פֿאַרקױפֿן זיך אין אַלע געשעפֿטן פֿאַרדינען נישט קײן גרױסע פּראָפֿיטן. אַװדאי איז בכלל נישט שײך אַז דער „װעקער“ זאָל זײַן אַ פּרנסה. אָבער װי לאַנג איך װעל שפּירן אַז עס איז דאָ אַ לײענערשאַפֿט װאָס „אַפּרישיִײט“ [שאַצט אָפּ] די אַרבעט האָף איך װײַטער אָנצוגײן, און אַנגאַזשירן מײַנע געטרײַע חבֿרים װעלכע העלפֿן מיר אַרױס אין דער אַרבעט. דערװײַל זעט זיך אַ גרױסער אינטערעס, און עס האָבן זיך שױן פֿאַרקױפֿט מער קאָפּיעס װי איך האָב געהאַלטן אַז מיר װעלן האָבן פֿאַרקױפֿט אין צװײ טעג. אָבער יעדער קױפֿער גיט אַ שטופּ צו גײן פֿאָרױס. אײנער װאָס האָט אַן אינטערעס אַז דער „װעקער“ זאָל אָנגײן זאָל נישט נאָר אַלײן קױפֿן, נאָר אױך מחזק זײַן [אָנמוטיקן] אַנדערע צו קױפֿן — װײַל דאָס איז דער גאַזאָלין װאָס שטופּט דעם װאָגן.

איציק: צװישן די לײענערס פֿון „קאַװע־שטיבל“ זענט איר באַקאַנט װי אַן איבערגעגעבענער היסטאָריקער, װאָס זוכט אוצרות אין די אַרכיװן פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אײראָפּע און אין אַמעריקע. זאָגט מיר, װאָס װעלן די צוקונפֿטיקע היסטאָריקערס זאָגן איבער דעם „װעקער“?

היסטאָריקער װעלן זען דעם „װעקער“ און װעלן שטױנען װי מע האָט דאָס אַלץ באַװיזן באַהאַלטענערהײט, מיט פּסעװדאָנימען, אין אַ תּקופֿה װאָס אינטעליגענץ און ברײטקײט זענען אַקטיװ אונטערדריקט געװאָרן אין דער חסידישער װעלט. דאָס האַרץ װעט זײ קלעמען אױף דעם שיקזאַל פֿון חסידים בײַם אָנפֿאַנג פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט, װעלכע האָבן געדורשט נאָך חכמה אָבער זײער מהות [כאַראַקטער] איז בכלל נישט אָנערקענט געװאָרן, און זײערע געברױכן [באַדערפֿענישן] זענען נאָר אָפּגעשפּעט געװאָרן.

װיל איך זאָגן אָט די צוקונפֿטיקע היסטאָריקער אַז ס׳איז טאַקע אַ װײטיק, און האָפֿנטלעך װעט קומען דער טאָג װאָס אַ חסיד װעט קענען שטאָלצירן מיט זײַן אינטעלעקט און קענען שטילן זײַן אינטעלעקטועלן דורשט, אָבער איך פּערזענלעך באַטראַכט זיך נישט אומגליקלעך. יאָ, זאַכן קענען זײַן בעסער — אַ סך בעסער, אָבער מיר אין דער חסידישער װעלט האָבן אַ סך מיט װאָס צו שטאָלצירן, און הגם ס׳איז שװערער, קען מען האָבן אַ דערפֿילט לעבן.

און לאָמיך אײַך זאָגן אָפֿן, אין אַ מדינה װוּ מע האָט דערװײלט דאָנאַלד טראָמפּ אַלס פּרעזידענט, זע איך נישט אַז חכמה און אמת זאָלן זײַן אַזױ פֿיל מער געשעצט װי בײַ חסידים.